קאפיטל אכט
1 אזוי ארום איז נישטא מער קיין שום פארמשפטונג פאר די, וואס זענען אינם משיח יהושע/ישוע*. 2 ווייל די תורה פונם גייסט פון לעבן אין משיח יהושע/ישוע* האט דיך באפרייט פונם געזעץ פון זינד און טויט. 3 ווארום וואס די תורה האט נישט געקענט טאן, ווייל זי איז אפגעשוואכט געווארן דורכן פלייש, האט ה׳ שיקנדיק זיין אייגענעם זון אין דעם געשטאלט פון זינדיק פלייש און וועגן דער זינד, פאראורטיילט די זינד אינם פלייש; 4 כדי די צדקות פון דער תורה זאל דערפילט ווערן אין אונדז, וואס לעבן נישט לויטן פלייש נאר לויטן גייסט. 5 ווארום די, וואס זענען לויטן פלייש, דענקען פון פליישלעכע זאכן, אבער די, וואס זענען לויטן גייסט, גייסטלעכע זאכן. 6 ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום; 7 ווייל דאס טראכטן פונם פלייש איז שנאה צו ה׳, מחמת עס אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אויך טאקע נישט; 8 און די, וואס זענען אינם פלייש, קענען נישט געפעלן ה׳. 9 אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים. 10 אויב אבער משיח איז יא אין אייך, איז דער גוף טויט דורך זינד, אבער דער *גייסט איז לעבן דורך צדקות. 11 און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען* פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען*, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך. 12 צוליב דעם, ברידער, זענען מיר בעלי חוב, נישט צום פלייש, צו לעבן לויטן פלייש; 13 ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן. 14 ווארום אלע, וואס ווערן געפירט פון ה׳ס גייסט, זענען ה׳ס קינדער. 15 ווייל איר האט נישט באקומען דעם *גייסט פון קנעכטשאפט ווידער מורא צו האבן, נאר איר האט באקומען דעם גייסט פון אדאפטירונג, דורך וועלכן מיר רופן: אבא, טאטע פאטער. 16 אָט דער זעלביקער גייסט זאגט עדות צוזאמען מיט אונדזער *גייסט, אז מיר זענען ה׳ס קינדער. 17 און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן. 18 ווארום איך האלט, אז די ענויים פון דער איצטיקער צייט זענען נישט ווערט פארגלייכט צו ווערן מיט דעם כבוד, וואס וועט אנטפלעקט ווערן צו אונדז. 19 ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג *ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער. 20 ווארום די באשאפונג איז אונטערטעניק געווארן צו הבל הבלים, נישט פרייוויליק, נאר דורך אים, וואס האט זי אונטערטעניק געמאכט, מיט א האפנונג. 21 אז אויך די באשאפונג אליין וועט באפרייט ווערן פון דער פארקנעכטונג פון פארדארבונג, צו דער פרייהייט פון דעם כבוד פון ה׳ס קינדער. 22 ווארום מיר ווייסן, אז די גאנצע באשאפונג זיפצט און האט געבורטסווייען ביז איצט. 23 און נישט נאר דאס, נאר מיר אליין, וואס האבן די ביכורים פונם גייסט, זיפצן אין זיך, ווארטנדיק אויף דער אדאפטירונג, (נעמלעך), די אויסלייזונג פון אונדזער גוף. 24 ווארום מיר זענען געראטעוועט געווארן אין דער האפנונג; א האפנונג אבער, וואס מען זעט, איז נישט קיין האפנונג; ווייל ווער האפט עס אויף דעם, וואס ער זעט? 25 אבער אויב מיר האפן אויף דעם, וואס מיר זען נישט, ווארטן מיר דערויף מיט סבלנות. 26 און אויף אזא אופן קומט אונדז אויך דער גייסט צו הילף אין אונדזער שוואכקייט; ווייל מיר ווייסן נישט וויאזוי תפילה צו טאן ווי עס געהער צו זיין, נאר דער גייסט אליין, איז א מליץ יושר פאר אונדז מיט אומאויסדריקבארע זיפצן; 27 און דער, וואס פארשט די הערצער, ווייסט דאס טראכטן פונם גייסט, ווייל ער איז זיך משתדל פאר די קדושים לויט ה׳ס רצון. 28 און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל. 29 ווייל וועמען ער האט פון פריער קענען (זע פעטרוסן א א, ב), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער; 30 און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט. 31 וואס זאלן מיר דעריבער זאגן צו דעם אלעם? אויב ה׳ איז מיט אונדז, ווער קען זיין קעגן אונדז? 32 ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי? 33 ווער וועט פארקלאגן ה׳ס אויסדערוויילטע? ה׳ איז דער גערעכטפערטיקער; 34 ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע* איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער *זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז. 35 ווער וועט אונדז אפשיידן פון דעם משיחס ליבע? צרות, אדער אנגסט, אדער פארפאלגונג, אדער הונגער, אדער נאקעטקייט, אדער סכנה, אדער א שווערד? 36 ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.) 37 אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט. 38 ווארום איך בין בטוח, אז נישט דער טויט, נישט דאס לעבן, נישט מלאכים, נישט מושלים, נישט די קעגנווארט, נישט די צוקונפט, נישט ממשלות, 39 נישט הויכקייט, נישט טיפעניש, נישט קיין שום אנדער באשעפעניש וועט זיין אימשטאנד אונדז צו שיידן פון ה׳ס ליבע אינם משיח יהושע/ישוע* אונדזער האר.