קאפיטל פינף
1 זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, 2 דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפנונג פון דעם כבוד פון ה׳. 3 און נישט נאר דאס, נאר לאמיר זיך אויך פרייען אין די צרות, וויסנדיק אז צרות פירן צו סבלנות; 4 און סבלנות צו דערפארונג, און די דערפארונג צו האפנונג; 5 די האפנונג אבער אנטוישט נישט, ווייל ה׳ס ליבע איז אויסגעגאסן אין אונדזערע הערצער דורך דעם רוח הקודש, וועלכער איז אונדז געגעבן געווארן. 6 ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים. 7 ווארום זעלטן וועט זיך עמיצער אונטערנעמען צו שטארבן פאר א צדיק; דאך פאר א גוטן מענטשן וועט אפשר ווער האבן דעם מוט צו שטארבן. 8 אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים. 9 אויף וויפל זשע מער, זייענדיק איצט גערעכטפערטיקט דורך זיין בלוט (כפרה), וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך אים פונם צארן. 10 ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין פאראיינבארט, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן; 11 נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-משכן. 12 דערפאר, אזויווי דורך איין מענטשן איז די זינד געקומען אין דער וועלט אריין, און דורך דער (איינגעבוירן חטא קדמון) זינד דער טויט, און אזוי איז דער טויט אדורכגעדרונגען צו אלע מענטשן, ווייל אלע האבן געזינדיקט; 13 ווארום ביז דער תורה איז די זינד שוין געווען אין דער וועלט, אבער עבירה ווערט נישט פאררעכנט, ווען עס איז נישטא קיין געזעץ. 14 דאך האט דער טויט געקעניגט פון אדמען ביז משהן אויך אויף די, וואס האבן נישט געזינדיקט ענלעך צו דער עבירה פון אדם, וועלכער איז א פארבילד פון אים, וואס האט געזאלט קומען. 15 אבער נישט ווי די עבירה, אזוי איז די מתנה. ווארום, אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם זענען די פילע געשטארבן, וויפל מער זענען ה׳ס חסד און די מתנה דורך דעם איינעם מענטשן, יהושע/ישוע* המשיח, איבערגעפלאסן צו די פילע! 16 און נישט אזוי ווי דורך דעם איינעם, וואס האט געזינדיקט, איז די מתנה; ווארום דאס משפט איז געקומען דורך איינעם צו פאראורטיילונג, אבער די מתנה איז צו גערעכטפערטיקונג פון א סך זינד. 17 ווייל אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם, האט דער טויט געהערשט דורך דעם דאזיקן איינעם, וויפל מער וועלן די, וואס זענען מקבל די שפע פון חסד און דער מתנה פון גערעכטיקייט, הערשן אין לעבן דורך דעם איינעם—יהושע/ישוע* המשיח. 18 דעריבער, אזויווי דורך איין עבירה איז געקומען די פאראורטיילונג אויף אלע מענטשן, אזוי אויך דורך איין טאט פון צדקות, איז געקומען די גערעכטפערטיקונג פון לעבן צו אלע מענטשן. 19 ווארום אזויווי דורך דער ווידערשפעניקייט פון דעם איינעם מענטשן זענען א סך געמאכט געווארן פאר חוטאים, אזוי אויך דורך דער געהארכזאמקייט פון דעם איינעם (יהושע/ישוע*) וועלן א סך געמאכט ווערן פאר צדיקים. 20 די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן, 21 כדי, ווי די זינד האט געהערשט אינם טויט, אזוי זאל דער חסד הערשן דורך צדקות צום אייביקן לעבן דורך יהושען/ישוען* דעם משיח אונדזער האר.