קאפיטל פיר
1 וואס זשע זאלן מיר זאגן וועגן אברהם אבינו? וואס האט ער דען דערגרייכט לויטן פלייש? 2 ווארום אויב אברהם איז גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים (טובים), האט ער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען, אבער נישט פאר ה׳. 3 ווייל וואס זאגן די כתבי (הקודש)? אברהם האט געגלויבט ה׳ און דאס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. (בראשית טו, ו.) 4 פאר דעם ארבעטער אבער ווערט דער לוין נישט פאררעכנט אלס חסד נאר אלס א חוב. 5 אבער דעם, וואס ארבעט נישט, נאר גלויבט אין אים, וואס מאכט גערעכט דעם רשע, ווערט זיין אמונה אים פאררעכנט צו גערעכטיקייט. 6 דוד רעדט אויך אזוי איבער דער גליקלעכקייט פון דעם מענטשן, וועמען ה׳ פאררעכנט גערעכטיקייט אָן (פארלאזן אויף) מעשים (טובים): 7 וואויל איז די, וועמעס אומגערעכטיקייטן זענען פארגעבן געווארן און וועמעס זינד זענען פארדעקט געווארן; 8 וואויל איז דעם מענטש, וועמען דער האר ג‑ט רעכנט נישט צו קיין זינד. (תהלים לב, ב, ג.) 9 צי איז דען די דאזיקע גליקלעכקייט פאר דעם געמלטן אליין אדער אויך פאר דעם נישט געמלטן? ווארום מיר זאגן דאך, אז אברהמען איז דער גלויבן פאררעכנט געווארן אלס גערעכטיקייט. 10 וויאזוי זשע איז עס אים פאררעכנט געווארן? זייענדיק געמלט, אדער איידער ער האט זיך מל געווען? ניין, נישט ווען ער איז שוין געווען געמלט, נאר ווען ער איז נאך געווען אין ערלה; 11 און דעם צייכן פון מילה האט ער באקומען ווי א חתימה פון דער גערעכטיקייט פון אמונה, וואס ער האט געהאט איידער נאך ער האט זיך מל געווען; כדי ער זאל זיין דער פאטער פון אלע נישט געמלטע מאמינים, אז עס זאל אויך זיי פאררעכנט ווערן צו גערעכטיקייט; 12 און דער פאטער פון די געמלטע, צו זיי, וואס נישט נאר זענען זיי געמלט, נאר גייען אין די פוסטריט פון דער אמונה, וועלכע אברהם אבינו האט געהאט נאך איידער ער האט זיך מל געווען. 13 ווארום די הבטחה, אז אברהם אדער זיין זאמען וועט ירשנען די וועלט, איז נישט געווען דורך דער געזעץ, נאר דורך דער צדקות פון אמונה. 14 ווארום אויב נאר די געזעץ לייט זענען יורשים, דאן האט די אמונה פארלוירן די ווערט און די הבטחה איז בטל; 15 ווייל די געזעץ ווירקט צארן (שטראף); און וואו עס איז נישטא קיין געזעץ, דארט איז אויך נישט פאראן קיין עבירה. 16 צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער— 17 ווי עס שטייט געשריבן: איך האב דיך באשטימט פאר א פאטער פון פיל פעלקער (בראשית יז, ה.) —פאר ה׳, וועמען ער האט געגלויבט, אז ער מאכט לעבעדיק די טויטע און רופט דאס נישט עקזיסטירנדיקע פונקט ווי עס וואלט שוין עקזיסטירט. 18 וואס, ווען עס איז נישט געווען קיין גרונט פאר האפנונג, האט דאך געגלויבט אין דער האפנונג, אז ער וועט ווערן א פאטער פון פיל פעלקער, ווי עס איז אים צוגעזאגט געווארן: אזוי וועט זיין דיין זאמען. (בראשית טו, ה.) 19 און איז נישט שוואך געווארן אין גלויבן, ווען ער האט נאכגעדענקט איבער זיין אייגענעם שוין כמעט טויטן גוף—ער איז דעמאלט אלט געווען באלד הונדערט יאר—און שרהס אפגעשטארבענער מוטערטראכט; 20 און האט נישט געצווייפלט דורך אומגלויבן אין ה׳ס הבטחה, נאר זיך געשטארקט אין אמונה, אפגעבנדיק כבוד צו ה׳, 21 און זייענדיק פולשטענדיק איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד צו טאן וואס ער האט צוגעזאגט. 22 דערפאר איז עס אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט. 23 נישט נאר פאר אים אליין איז עס געשריבן געווארן; עס איז אים פאררעכנט געווארן, 24 נאר אויך פאר אונדזערטוועגן, וועמען עס וועט פאררעכנט ווערן, וואס גלויבן אין אים, וועלכער האט אויפגעוועקט פון די טויטע יהושען/ישוען* אונדזער האר, 25 וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן (צום טויט) צוליב אונדזערע עבירות און אויפגעוועקט געווארן פאר אונדזער גערעכטפערטיקונג.