קאפיטל זיבן און צוואנציק
‏1 און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער קיסרלעכער אפטיילונג. ‏2 און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא. ‏3 און דעם אנדערן טאג זענען מיר אנגעקומען קיין צידון; און יוליוס האט זיך באצויגן מענטשלעך צו פוילוסן, און אים דערלויבט צו גיין צו זיינע פריינד, כדי צו קומען צו זיך. ‏4 און פון דארטן זענען מיר אוועק און זיך פארבייגעשיפט (די אינדזל) קפריסין, צוליב דעם, וואס די ווינטן זענען געווען קעגן אונדז. ‏5 און אריבערפארנדיק דעם ים ביי קיליקיען און פאמפיליען, זענען מיר געקומען קיין מירא אין ליציען. ‏6 און דארטן האט דער אפיציר געפונען אן אלעקסאנדרינישע שיף, וואס איז געפארן קיין איטאליען, און האט אונדז ארויפגעזעצט אויף דער דאזיקער. ‏7 און במשך פון א סך טעג זענען מיר געפארן פאמעלעך און זענען קוים אנגעקומען קיין קנידוס, און ווייל דער ווינט האט אונדז נישט דערלאזט, זענען מיר געפארן פארביי דער (אינדזל) קרעטא, אנטקעגנאיבער סאלמאנע; ‏8 און פארנדיק מיט מי ביים ים ברעג, זענען מיר געקומען צו אן ארט, וואס האט געהייסן שיינער *האפן נאנט פון דער שטאט לאזעא.
‏9 און ווען א סך צייט איז פארגאנגען, און די נסיעה איז שוין געווארן געפערלעך, צוליב דעם וואס אויך דער תענית (יום כיפור) איז שוין געווען פארביי, האט פוילוס זיי געווארנט, ‏10 זאגנדיק צו זיי: מענער, איך זע איין, אז די רייזע וועט זיין פארבונדן מיט סכנה און פיל שאדן, נישט בלויז פון דער לאדונג און דער שיף, נאר אויך פון אונדזערע לעבנס. ‏11 דער אפיציר אבער האט מער געגלויבט דעם שטייערמאן און דעם אייגנטימער פון דער שיף, ווי פוילוסנס רייד. ‏12 און היות דער פארט איז נישט געווען געראם, דארטן איבערצואווינטערן, האט די מערהייט געראטן פון דארטן אוועקצופארן, אפשר וועלן זיי קענען אנקומען קיין פעניקס—א *האפן פון קרעטא, וועלכער ליגט (געשיצט) קעגן די צפון מערב און דרום מערב ווינטן—און איבערווינטערן. ‏13 און בשעת דער דרום ווינט האט זאנפט געבלאזן, מיינענדיק אז זיי האבן דערגרייכט זייער ציל, האבן זיי ארויפגעצויגן דעם אנקער, און זענען געפארן פארביי קרעטא, נאנט ביים ברעג. ‏14 נאר נישט לאנג דערנאך האט זיך אויפגעהויבן קעגן איר (דער שיף) א שטורמווינט, וועלכער הייסט עווראקלידאן; און האט א כאפ געטאן די שיף, ‏15 און אז זי האט זיך שוין מער נישט געקענט אקייגנשטעלן דעם ווינט, האבן מיר נאכגעגעבן און זענען געטראגן געווארן (פון די כוואליעס). ‏16 און לויפנדיק אזוי הינטער אן אינדזעלע, וואס האט געהייסן קלוידא, איז עס אונדז קוים געלונגען מיט גרויסער מי איינצוהאלטן דאס (רעטונגס) שיפל; ‏17 און ווען מען האט עס ארויפגעצויגן, האט מען באנוצט הילפסמיטלען, אונטערצוגארטלען די שיף; און פארכטנדיק זיך, טאמער וועט מען ארויפגעווארפן ווערן אויף דער סירטע, האט מען אראפגעלאזט די זעגל און מען איז אזוי געטריבן געווארן. ‏18 און ווייל מיר האבן שווער געליטן פונם שטורמווינט, האט מען דעם אנדערן טאג ארויסגעווארפן די לאדונג; ‏19 און דעם דריטן טאג האט מען מיט די אייגענע הענט ארויסגעווארפן דאס שיפסגעצייג. ‏20 און אזויווי במשך פון מערערע טעג נישט די זון נישט די שטערן האבן זיך באוויזן, און דער שטורם, נישט קיין קליינער, איז (אויף אונדז) פארלייגט זיך, איז סוף כל סוף פארשווונדן יעדע האפנונג, אז מיר זאלן געראטעוועט ווערן. ‏21 און היות מען האט שוין לאנג נישט געהאט געגעסן, האט פוילוס זיך געשטעלט אין זייער מיט און געזאגט: אָ מענער, איר האט מיך געדארפט הערן, זיך נישט אוועקצושיפן פון קרעטא, און איר וואלט זיך איינגעשפארט דאס דאזיקע ליידן און דעם שאדן. ‏22 איצט אבער פאדער איך אייך אויף, זיך צו שטארקן; ווארום עס וועט קיין נפש פון אייך נישט פארלוירן ווערן, אחוץ די שיף. ‏23 ווארום אין דער דאזיקער נאכט איז ביי מיר געשטאנען א מלאך פון ה׳, וועמעס איך בין און וועמען איך דין, ‏24 אזוי צו זאגן: פארכט דיך נישט, פוילוס; דו דארפסט שטיין פארן קיסר; און זע, ה׳ האט דיר געשענקט אלע, וואס פארן מיט דיר. ‏25 דערפאר, מענער, האט מוט; ווייל איך גלויב ה׳, אז עס וועט זיין פונקט אזוי, ווי עס איז מיר געזאגט געווארן. ‏26 מיר מוזן אבער געווארפן ווערן אויף עפעס אן אינדזל.
‏27 און ווען עס איז געקומען די פערצענטע נאכט, און מיר זענען געטריבן געווארן איבער דעם אדריאטישן ים, האבן די שיפסלייט באמערקט ארום האלבער נאכט, אז זיי דערנענטערן זיך צו עפעס א יבשה; ‏28 האבן זיי אראפגעלאזט דאס זינקבליי און געפונען צוואנציק קלאפטער (טיף); זענען אביסל ווייטער געפארן און ווידער געזונקען דאס בליי, און האבן געפונען פופצן קלאפטער (טיף). ‏29 און מורא האבנדיק, מיר זאלן נישט פאלן אויף פעלדזיקע ערטער, האבן זיי ארויסגעווארפן פיר אנקערס פון דעם הינטערטייל פון דער שיף, און תפילה געטאן, אז עס זאל (שוין) ווערן טאג. ‏30 נאר ווי די שיפסלייט האבן געזוכט צו אנטלויפן פון דער שיף, און האבן שוין געהאט אראפגעלאזט דאס (רעטונגס) שיפל אונטערן אויסרייד, אז זיי גייען אראפלאזן אנקערס פון דעם פאדערטייל, ‏31 האט פוילוס געזאגט צום אפיציר און צו די זעלנער: אויב די דאזיקע וועלן נישט איבערבלייבן אויף דער שיף, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן. ‏32 האבן די זעלנער דעמאלט אפגעהאקט די שטריק פונם שיפל, און עס געלאזט אראפפאלן. ‏33 נאר ביז עס וועט נישט ווערן טאג, האט פוילוס אלעמען געבעטן, צו נעמען עפעס עסן, זאגנדיק: היינט איז (שוין) דער פערצענטער טאג ווי איר ווארט אומגעגעסן, און האט גארנישט טועם געווען. ‏34 דערפאר בעט איך אייך, צו נעמען שפייז, ווייל דאס דאזיקע האט צו טאן מיט אייער רעטונג; ווארום קיינעם פון אייך וועט קיין איין *האר פונם קאפ נישט פארלוירן ווערן. ‏35 און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן. ‏36 און אלע האבן זיך געשטארקט, און אויך גענומען שפייז. ‏37 און מיר אלע אין דער שיף זענען געווען צוויי הונדערט און זעקס און זיבעציק נפשות. ‏38 און נאך דעם ווי זיי האבן געגעסן צו דער זעט, האבן זיי לייכטער געמאכט די שיף, און ארויסגעווארפן דעם ווייץ אין ים אריין. ‏39 ווען אבער עס איז געווארן טאג, האבן זיי נישט דערקענט דאס לאנד; האבן אבער באמערקט א בוכטע מיט א ברעג, און באשלאסן, אויב מעגלעך ארויפצופירן די שיף אויפן ברעג. ‏40 און האבן אפגעהאקט די אנקערס, איבערלאזנדיק זיי אין ים, און צוגלייך האבן זיי לויז געמאכט די בענדער פון די רודערס; און ארויפגעצויגן דעם זעגל קעגן ווינט, און זיך א לאז געטאן צום ברעג צו. ‏41 ארויפפאלנדיק אבער אויף א זאמד באנק, האבן זיי ארויפגעפירט די שיף אויפן גרונט; און דער פאדערטייל איז געבליבן פעסט, אומבאוועגלעך, דער הינטערטייל אבער האט זיך צעבראכן דורך דער געוואלדיקייט פון די כוואליעס. ‏42 און די זעלנער האבן בדעה געהאט צו טייטן די געפאנגענע, כדי קיינער זאל נישט אוועקשווימען און אנטלויפן. ‏43 נאר דער אפיציר, וועלנדיק אפראטעווען פוילוסן, האט זיי געשטערט אין דער עצה, און באפוילן, אז יענע, וואס קענען שווימען, זאלן די ערשטע זיך אריינווארפן (אין ים אריין) און קומען צום לאנד; ‏44 און די איבריקע, ווער אויף ברעטער, ווער אויף עפעס (אנדערש) פון דער שיף. און אזוי איז עס געשען, אז אלע האבן זיך געראטעוועט אויף דער יבשה ארויף.