קאפיטל פינף און צוואנציק
1 און פעסטוס, קומענדיק אין דער פראווינץ אריין, איז אין דריי טעג ארום ארויפגעגאנגען פון קיסריה קיין ירושלים. 2 און די הויפט כהנים און די פארנעמסטע יידן זענען דערשינען פאר אים קעגן פוילוסן, און האבן אים געבעטן, 3 פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס. 4 פעסטוס אבער האט געענטפערט, אז פוילוס בלייבט אונטער וואך אין קיסריה, און אליין וועט ער אין גיכן ארויספארן אהין. 5 דעריבער זאלן די באפולמעכטיקטע צווישן אייך, האט ער געזאגט, מיטאראפקומען (מיט מיר), אויב עס איז דא עפעס אן אומרעכט אין דעם מאן, זאלן זיי אים אנקלאגן. 6 און נאכן פארבלייבן ביי זיי נישט מער ווי אכט אדער צען טעג, איז ער אראפ קיין קיסריה; צומארגנס האט ער זיך אנידערגעזעצט אויף דער ריכטער שטול, און באפוילן, מען זאל ברענגען פוילוסן. 7 און ווען ער איז געקומען, האבן זיך די יידן, וועלכע זענען אראפגעקומען פון ירושלים, געשטעלט ארום אים, ברענגענדיק א סך און שווערע באשולדיקונגען, וואס זיי האבן נישט געקענט באווייזן; 8 בעת פוילוס האט זיך פארטיידיקט: נישט קעגן דער יידישער תורה, נישט קעגן דעם בית המקדש, נישט קעגן קיסר האב איך עפעס געזינדיקט. 9 פעסטוס אבער, וועלנדיק געפינען חן ביי די יידן, האט ענטפערנדיק פוילוסן געזאגט: צי ווילסטו ארויפגיין קיין ירושלים, און דארטן פון מיר געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן? 10 האט פוילוס געזאגט: איך שטיי פארן קיסרס טריבונאל שטול, וואו איך דארף געמשפט ווערן; יידן האב איך נישט געטאן קיין שום עוולה, ווי אפילו דו ווייסט עס גאנץ גוט. 11 און אויב איך בין דאך באגאנגען א פארברעך, און האב געטאן עפעס, פאר וועלכן איך בין חייב מיתה, אויסמיידן איך מיך נישט צו שטארבן; אויב אבער קיין זאך איז נישט (אמת), פון וועלכע זיי באשולדיקן מיך, קען מיך קיינער נישט איבערגעבן צו זיי. איך אפעליר צום קיסר. 12 דעמאלט האט פעסטוס זיך באראטן מיט זיינע יועצים, און האט געענטפערט: צום קיסר האסטו אפעלירט, צום קיסר וועסטו גיין!
13 און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן. 14 און היות זיי האבן דארט פארברענגט א סך טעג, האט פעסטוס געלייגט פארן קעניג פוילוסנס זאך, זאגנדיק: פעליקס האט איבערגעלאזט א געוויסן מאן אין קייטן, 15 וועגן וועמען, ווען איך בין געקומען קיין ירושלים, די יידישע הויפט כהנים און זקנים זענען דערשינען פאר מיר, פארלאנגענדיק אן אורטייל קעגן אים; 16 וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג. 17 ווען דעריבער זיי זענען זיך אהער צוזאמענגעקומען, האב איך נישט געמאכט קיין אויפהאלט, (נאר גלייך) דעם אנדערן טאג מיך געזעצט אויף דער ריכטער שטול און באפוילן, מען זאל ברענגען דעם מאן. 18 קעגן וועמען די באשולדיקער, אוועקשטעלנדיק זיך, האבן נישט געברענגט קיין שום באשולדיקונג פון פארברעכנס, ווי איך האב חושד געווען, 19 נאר האבן געהאט געוויסע טענות צו אים וועגן זייער אייגענער אמונה, און וועגן א געוויסן יהושע/ישוע*, וועלכער איז געשטארבן, און וואס פוילוס זאגט, אז ער לעבט. 20 און איך, זייענדיק אין ספק בנוגע דער אויספארשונג פון אזעלכע שאלות, האב געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירושלים און דארטן געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן. 21 אזויווי אבער פוילוס האט אפעלירט, צו בלייבן אין ארעסט ביז צו דעם קיסרס אנטשיידונג, האב איך באפוילן, ער זאל באוואכט ווערן, ביז איך וועל אים שיקן צום קיסר. 22 און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: איך אליין וואלט אויך געוואלט הערן דעם מענטשן. צומארגנס, האט ער געזאגט, וועסטו אים הערן.
23 צומארגנס דעריבער, ווען אגריפא איז געקומען מיט בערעניקא מיט גרויס פאראד, און זענען אריינגעגאנגען אינם געריכטסזאל מיט די הויפטלייט און אנגעזעענסטע מענער פון דער שטאט, האט פעסטוס געגעבן א באפעל, מען זאל ברענגען פוילוסן. 24 און פעסטוס האט געזאגט; קעניג אגריפא, און איר אלע מענער, וועלכע זענען (דא) אנוועזנד ביי אונדז, איר זעט דעם דאזיקן (מענטשן), וועגן וועמען די גאנצע מאסע פון די יידן האט מיך געבעטן אין ירושלים און אויך דא, שרייענדיק, אז ער טאר לענגער נישט לעבן. 25 איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן. 26 איך האב אבער נישט עפעס גענויעס צו שרייבן וועגן אים צו מיין האר. דערפאר האב איך אים געברענגט פאר אייך, און איבערהויפט פאר דיר, קעניג אגריפא, כדי נאך דער אויספארשונג זאל איך האבן וואס צו שרייבן. 27 ווארום עס שיינט מיר אויס נישט לאגיש, צו שיקן א געפאנגענעם, און נישט אנצוגעבן די באשולדיקונגען קעגן אים.