קאפיטל דרייצן
‏1 און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און *מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול. ‏2 און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן. ‏3 דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.
‏4 און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין. ‏5 און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת. ‏6 און ווען זיי זענען אדורכגעגאנגען די גאנצע אינדזל ביז פאפוס, האבן זיי געפונען א געוויסן מאן, א כישוף מאכער, א ייד, א פאלשער נביא, מיטן נאמען בר‑ישוע, ‏7 וועלכער איז געווען ביי דעם פראקאנסול סערגיוס פוילוס, אן אינטעליגענט מאן. דער דאזיקער האט גערופן צו זיך בר‑נבאן און שאולן און פארלאנגט צו הערן ה׳ס ווארט. ‏8 נאר עלימאס, דער כישוף מאכער (ווארום דאס איז די אראביש גריכישע באטייטונג פון זיין נאמען), האט זיך זיי אקייגנגעשטעלט, זוכנדיק אוועקצוקערן דעם פראקאנסול פון דער אמונה. ‏9 שאול אבער, וועלכער הייסט אויך פוילוס, אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש, האט שארף געקוקט אויף אים, ‏10 און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)? ‏11 און איצט אָט זע, די האנט פון דעם האר איז אויף דיר, און דו וועסט זיין בלינד, וועסט נישט זען די זון ביז אויף א צייט. און אין אן אויגנבליק איז אויף אים געפאלן א טונקלקייט און א פינסטערניש, און ער איז ארומגעגאנגען און האט געזוכט (אזעלכע, וואס) זאלן אים פירן ביי דער האנט. ‏12 און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר.
‏13 און פוילוס און זיינע באגלייטער האבן זיך אוועקגעשיפט פון פאפוס און זענען געקומען קיין פערגא אין פאמפיליען, און יוחנן האט זיך אפגעטיילט פון זיי און אומגעקערט קיין ירושלים. ‏14 זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט. ‏15 און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס. ‏16 און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט! ‏17 דער ג‑ט פון דעם דאזיקן פאלק ישראל האט אויסדערוויילט אונדזערע אבות און דאס פאלק דערהייכט בשעת זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אינם לאנד מצרים, און מיט א הויכן ארעם זיי ארויסגעפירט פון דארטן. ‏18 און כמעט פערציק יאר לאנג האט ער זיי געטראגן אין דער מדבר. ‏19 און פארטיליקנדיק זיבן פעלקער אינם לאנד כנען, האט ער זיי געמאכט ירשענען דאס לאנד זייערס, אן ערך פיר הונדערט און פיפציק יאר לאנג. ‏20 און דערנאך זיי געגעבן שופטים ביז שמואל הנביא. ‏21 און פון דעמאלט אָן האבן זיי פארלאנגט א מלך, און ה׳ האט זיי געגעבן שאולן, דעם זון פון קיש, א מאן פון דעם שבט בנימין, במשך פון פערציק יאר. ‏22 און ווען ער האט אים אראפגעזעצט, האט ער זיי אויפגעשטעלט דודן פאר א מלך, וועגן וועמען ער האט עדות געזאגט: איך האב געפונען דודן, דעם בן ישי, א מאן נאך מיין הארץ, וועלכער וועט טאן יעדן רצון מיינעם. ‏23 פון דעם דאזיקנס זאמען, לויט א הבטחה, האט ה׳ געברענגט צו ישראל א גואל—יהושע/ישוע* (ישעיהו יא, א; זכריה ו, יא-יב; עזרא ג, ב), ‏24 וואס פאר זיין קומען האט יוחנן אויסגערופן א מקווה פון תשובה צום גאנצן פאלק ישראל. ‏25 און ווען יוחנן האט געהאלטן ביים ענדיקן זיין לויף, האט ער געזאגט: וואס איר מיינט איך בין, דאס בין איך נישט; נאר זע, עס קומט נאך מיר דער, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן די שיך פון זיינע פיס. ‏26 ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן. ‏27 ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת. ‏28 און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן. ‏29 און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר. ‏30 ה׳ אבער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע; ‏31 און ער האט זיך באוויזן במשך פון א סך טעג צו די, וואס זענען ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט אים פון גליל קיין ירושלים, און זיי זענען איצט זיינע עדות צום פאלק. ‏32 און מיר זאגן אייך אָן די גוטע בשורה, אז די הבטחה, וואס איז געגעבן געווארן צו די אבות, ‏33 די דאזיקע (הבטחה) האט ה׳ מקיים געווען צו אונדז, זייערע קינדער, דערמיט וואס ער האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען*, ווי עס שטייט אויך געשריבן אין דעם צווייטן (קאפיטל) תהלים: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן. ‏34 און אז ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, כדי ער זאל זיך מער נישט אומקערן צו פארדארבונג, האט ער אזוי געזאגט:
איך וועל אייך געבן די הייליקע און באגלויבטע חסדים פון דוד.
(ישעיהו נה, ג.)
‏35 דערפאר זאגט ער אויך אויף אן אנדער שטעלע:
דו וועסט נישט געבן דיין חסיד צו זען פארדארבונג.
(תהלים טז, י.)
‏36 ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג; ‏37 ער אבער, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט, האט נישט געזען קיין פארדארבונג. ‏38 דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד; ‏39 און יעדער, וואס גלויבט אין אים, ווערט גערעכטפערטיקט פון אלעם, פון וואס איר האט נישט געקענט גערעכטפערטיקט ווערן דורך תורת משה. ‏40 גיט זשע אכטונג, אז עס זאל נישט קומען אויף אייך דאס, וואס איז געזאגט געווארן און די נביאים:
‏41 זעט, איר פאראכטער, און וואונדערט זיך און פארגייט,
ווייל איך טו א ווערק אין אייערע טעג,
א ווערק, וואס איר וועט נישט גלויבן,
ווען עמיצער וועט עס אייך דערציילן.
(חבקוק א, ה.)
‏42 און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען (פון שול), האט מען זיי געבעטן, אז דעם קומענדיקן שבת זאלן די זעלביקע רייד גערעדט ווערן צו זיי. ‏43 און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳. ‏44 און דעם פאלגענדיקן שבת איז כמעט די גאנצע שטאט זיך צוזאמענגעקומען, צו הערן ה׳ס ווארט. ‏45 און ווי די יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט. ‏46 און רעדנדיק אפן מיט פתחון פה, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די גויים. ‏47 ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן:
איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער,
אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד.
(ישעיהו מט, ו.)
‏48 און ווי די גויים האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט און ערלעך געהאלטן דאס ווארט פון דעם האר; און וויפל עס זענען געווען באשטימט צום אייביקן לעבן אזויפיל האבן געגלויבט. ‏49 און דאס ווארט פון דעם האר האט זיך פאנאנדערגעטראגן איבערן גאנצן לאנד. ‏50 די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן. ‏51 און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען. ‏52 און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש.