קאפיטל צוויי
‏1 און ווען עס איז געקומען דער טאג פון *שבועות, זענען אלע געווען פארזאמלט אויף איין ארט. ‏2 און פלוצלונג איז געווארן א רעש פון הימל, ווי פון א גיכן און געוואלדיקן שטורמווינט, און האט אנגעפילט דאס גאנצע הויז, וואו זיי זענען געזעסן. ‏3 און עס האבן זיך באוויזן צו זיי צעטיילטע צונגען ווי פון פייער, און האבן זיך געזעצט אויף יעדן איינעם פון זיי. ‏4 און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.
‏5 און אין ירושלים האבן געוואוינט יידן, יראישמים, פון אלע פעלקער אונטערן הימל. ‏6 און ווען דאס דאזיקע קול (פונם רעש) איז געקומען, האט זיך דער המון עם פארזאמלט און איז צוטומלט געווארן, ווייל יעדער איינער האט זיי געהערט רעדן אויף זיין אייגן לשון. ‏7 און זיי זענען דערשטוינט געווארן און האבן זיך געוואונדערט, אזוי צו זאגן: אָט זעט, צי זענען דען נישט אלע די דאזיקע, וואס רעדן, מענטשן פון גליל? ‏8 און וויאזוי (איז עס, אז) מיר הערן יעדער איינער אין אונדזער אייגענער שפראך, אין וועלכער מיר זענען געבוירן געווארן? ‏9 פרתיים און מעדער און עלאמיטן, און די איינוואוינער פון ארם נהרים, יהודה, קאפאדאציע, פאנטוס און (קליין) אזיען, ‏10 פריגיען און פאמפיליען, מצרים און די טיילן פון ליביען ביי קירניה, און די געקומענע פון רוים, ‏11 יידן און גרים, קרעטער און אראבערן; מיר הערן זיי רעדן אויף אונדזערע לשונות (וועגן) די גרויסע מעשים פון ה׳. ‏12 און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן? ‏13 אנדערע אבער, אפשפאטנדיק, האבן געזאגט: זיי זענען פול מיט זיסן וויין.
‏14 אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער. ‏15 ווארום די דאזיקע זענען נישט, ווי איר מיינט, שכור, ווייל עס איז (איצט בלויז) די דריטע שעה פון טאג. ‏16 נאר דאס איז, וואס איז געזאגט געווארן דורך דעם נביא יואל:
‏17 און עס וועט געשען אין די לעצטע טעג, זאגט ה׳,
איך וועל אויסגיסן פון מיין גייסט אויף יעדן בשר (ודם);
און אייערע זין און אייערע טעכטער וועלן נבואות זאגן,
און אייערע יונגעלייט וועלן זען חזיונות,
און אייערע זקנים וועלן חלומען חלומות,
‏18 און אפילו אויף מיינע קנעכט און דינסטן
וועל איך אויסגיסן פון מיין גייסט אין יענע טעג,
און זיי וועלן נבואות זאגן.
‏19 איך וועל געבן מופתים אויבן אין הימל
און אותות אונטן אויף דער ערד,
בלוט און פייער און א וואלקן רויך.
‏20 די זון וועט פארוואנדלט ווערן אין פינסטערניש
און די לבנה—אין בלוט,
איידער עס וועט קומען דער גרויסער
און מוראדיקער טאג פון דעם האר.
‏21 און עס וועט געשען, אז יעדער איינער,
וואס וועט אנרופן דעם נאמען פון דעם האר,
וועט געראטעוועט ווערן.
(יואל ג, א-ה.)
‏22 מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע* פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין, ‏23 דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט; ‏24 אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן. ‏25 ווארום דוד (המלך) זאגט אויף אים:
געזען האב איך דעם האר תמיד פאר מיר,
דען ער איז אויף מיין רעכטער האנט,
כדי איך זאל מיך נישט וואקלען.
‏26 דערפאר האט מיין הארץ זיך משמח געווען
און מיין צונג האט זיך געפריידט,
און עס וועט נאך מיין לייב רוען אויף האפנונג;
‏27 ווייל דו וועסט נישט איבערלאזן מיין נפש אין *שאול (תחתית),
דו וועסט אויך נישט דערלאזן דיין הייליקן צו זען פארדארבונג.
‏28 דו האסט מיר באקאנט געמאכט די וועגן פון לעבן,
דו וועסט מיך זאט מאכן מיט פרייד פאר דיין פנים.
(תהלים טז, ח-יא.)
‏29 ברידער, לאזט מיך רעדן צו אייך מיט א פתחון פה וועגן דעם שטאמפאטער דוד, אז ער איז נפטר געווארן און מען האט אים באגראבן, און זיין קבר איז ביי אונדז ביז צום היינטיקן טאג. ‏30 זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן, (תהלים קלב, יא; תהלים פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.) ‏31 פארויסזעענדיק דאס, האט ער גערעדט בנוגע דעם משיחס תחית המתים, אז ער איז נישט איבערגעלאזט געווארן אין *שאול, און אז זיין פלייש האט נישט געזען פארדארבונג. ‏32 דעם דאזיקן יהושע/ישוע* האט ה׳ אויפגעשטעלט, פון וועלכן מיר אלע זענען עדות. ‏33 דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט. ‏34 ווארום דוד איז נישט ארויפגעגאנגען אין הימל אריין, דען ער אליין זאגט:
דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זיץ אויף מיין רעכטער *זייט,
‏35 ביז איך וועל מאכן דיינע פיינט
א פוסבענקעלע צו דיינע פיס.
(תהלים קי, א.)
‏36 דעריבער זאל דאס גאנצע בית ישראל זיכער וויסן, אז דעם דאזיקן יהושע/ישוע*, וועמען איר האט אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האט ה׳ געמאכט סאי פאר האר סאי פאר משיח. ‏37 און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן? ‏38 און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע* המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש. ‏39 ווארום די הבטחה איז צו אייך און צו אייערע קינדער, און צו אלע, וואס זענען פון ווייטן, וועלכע דער האר אונדזער ג‑ט וועט רופן. ‏40 און מיט נאך א סך אנדערע רייד האט ער עדות געזאגט און זיי מזהיר געווען, זאגנדיק: ראטעוועט זיך פון דעם דאזיקן פארקרימטן דור. ‏41 און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות. ‏42 און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.
‏43 און עס איז געקומען א מורא אויף יעדן נפש, און א סך מופתים און אותות זענען געשען דורך די שליחים. ‏44 און אלע מאמינים זענען געווען צוזאמען, און האבן אלץ געהאט געמיינזאם; ‏45 און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט. ‏46 און טאג אויס טאג איין האבן זיי זיך געפלייסט צו זיין אין בית המקדש, און געבראכן ברויט פון הויז צו הויז, און געגעסן זייער שפייז מיט שמחה און אויפריכטיקייט פונם הארצן, ‏47 לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.