קאפיטל פערצן
1 זאל אייער הארץ זיך נישט באאומרואיקן; איר גלויבט אין ה׳, גלויבט אויך אין מיר. 2 אין מיין פאטערס הויז איז דא א סך וואוינונגען; וואלט עס נישט אזוי געווען, וואלט איך עס אייך געזאגט; ווייל איך גיי צוגרייטן אן ארט פאר אייך. 3 און ווען איך גיי און גרייט צו אן ארט פאר אייך, וועל איך ווידער קומען, און אייך נעמען צו מיר, כדי וואו איך בין, זאלט איר אויך זיין. 4 און וואואהין איך גיי, ווייסט איר, און איר קענט דעם וועג. 5 זאגט תומא צו אים: האר, מיר ווייסן נישט וואואהין דו גייסט*; און וויאזוי קענען מיר וויסן דעם וועג? 6 זאגט צו אים יהושע/ישוע*: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר. 7 אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער; און פון איצט אָן קענט איר אים און האט אים געזען. 8 זאגט פיליפוס צו אים: האר, ווייז אונדז דעם פאטער, און עס וועט זיין גענוג פאר אונדז. 9 זאגט יהושע/ישוע* צו אים: אזא לאנגע צייט בין איך שוין מיט אייך, און דו קענסט מיך נישט, פיליפוס? ווער עס האט מיך געזען, דער האט געזען דעם פאטער; און וויאזוי זאגסטו: ווייז אונדז דעם פאטער? 10 צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים. 11 גלויבט מיר, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער אין מיר; און אויב נישט, גלויבט צוליב די מעשים אליין. 12 באמת, באמת זאג איך אייך: דער, וואס גלויבט אין מיר, די מעשים וואס איך טו, וועט ער אויך טאן; און גרעסערע ווי די דאזיקע וועט ער טאן, ווייל איך גיי צו דעם פאטער. 13 און וואס איר וועט נאר בעטן אין מיין נאמען, וועל איך דאס דאזיקע טאן, כדי דער פאטער זאל פארהערלעכט ווערן אין דעם זון. 14 אויב איר וועט מיך עפעס בעטן אין מיין נאמען, וועל איך עס טאן. 15 אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן! 16 און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק; 17 דעם גייסט פון אמת, וואס די וועלט קען אים נישט אויפנעמען, מחמת זי זעט אים נישט און קען אים נישט; איר קענט אים יא, ווייל ער בלייבט ביי אייך און וועט זיין אין אייך. 18 איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך. 19 נאך א קליינע וויילע און די וועלט זעט מיך מער נישט, איר אבער זעט מיך; ווייל איך לעב, וועט איר לעבן אויך. 20 אין יענעם טאג וועט איר וויסן, אז איך בין אין מיין פאטער, און איר זענט אין מיר, און איך בין אין אייך. 21 ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים. 22 זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש‑קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט? 23 האט יהושע/ישוע* געענטפערט און געזאגט צו אים: אויב עמיצער האט מיך ליב, וועט ער האלטן מיין ווארט; און מיין פאטער וועט אים ליב האבן; און מיר וועלן קומען צו אים און מאכן א וואוינונג (פאר אונדז) ביי אים. 24 ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
25 דאס האב איך צו אייך גערעדט, זייענדיק ביי אייך. 26 דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט. 27 שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט. 28 איר האט געהערט, אז איך האב אייך געזאגט; איך גיי אוועק, און קום (ווידער) צו אייך. אויב איר וואלט מיך ליב געהאט, וואלט איר זיך געפריידט, אז איך גיי צו דעם פאטער, ווייל דער פאטער איז גרעסער פון מיר. 29 און איצט האב איך עס אייך געזאגט, איידער עס געשעט, כדי איר זאלט גלויבן, ווען עס וועט געשען. 30 איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט; 31 נאר כדי די וועלט זאל וויסן, אז איך האב ליב דעם פאטער, און ווי דער פאטער האט מיר געבאטן, אזוי טו איך. שטייט אויף; לאמיר אוועקגיין פונדאנען.