קאפיטל דרייצן
1 און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע* האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף. 2 און בשעת דער סעודה אין אוונט, נאך דעם ווי דער שׂטן האט שוין געהאט געלייגט אין הארצן פון יהודה בן שמעון איש‑קריות, אז ער זאל אים פארראטן, 3 (יהושע/ישוע*) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳, 4 איז ער אויפגעשטאנען פונם טיש, און האט אוועקגעלייגט די מלבושים, און נעמענדיק א האנטוך, האט ער זיך ארומגעגארטלט. 5 נאך דעם האט ער אריינגעגאסן וואסער אינם בעקן און אנגעהויבן צו וואשן די תלמידימס פיס און אפצואווישן מיטן האנטוך, מיט וועלכן ער איז געווען ארומגעגארטלט. 6 אזוי קומט ער צו שמעון פעטרוסן. זאגט ער צו אים: האר, דו זאלסט מיר וואשן די פיס? 7 האט יהושע/ישוע* געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס איך טו, ווייסטו נישט אצונד, שפעטער אבער וועסטו זיך דערוויסן. 8 זאגט פעטרוס צו אים: דו זאלסט מיר בשום אופן קיינמאל נישט וואשן מיינע פיס. האט יהושע/ישוע* אים געענטפערט: אויב איך וואש דיך נישט, האסטו נישט קיין חלק מיט מיר. 9 זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, נישט בלויז מיינע פיס, נאר אפילו מיינע הענט און דעם קאפ! 10 זאגט יהושע/ישוע* צו אים: דער געוואשענער דארף נישט מער ווי אפצואוואשן די פיס, ווייל ער איז אינגאנצן ריין; און איר זענט ריין, אבער נישט אלע. 11 ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין.
12 און ווען ער האט שוין געהאט געוואשן זייערע פיס, און גענומען זיינע מלבושים, און זיך ווידער אנידערגעזעצט, האט ער צו זיי געזאגט: צי ווייסט איר וואס איך האב געטאן צו אייך? 13 איר רופט מיך רבי און האר, און ריכטיק זאגט איר, ווארום איך בין עס. 14 דעריבער אויב איך, דער האר און רבי, האב אייך געוואשן אייערע פיס, זענט איר אויך מחויב צו וואשן איינער דעם אנדערן די פיס. 15 ווארום איך האב אייך געגעבן א ביישפיל, כדי, ווי איך האב געטאן צו אייך, אזוי זאלט איר אויך טאן. 16 באמת, באמת זאג איך אייך; א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר, אויך איז א שליח נישט גרעסער ווי דער, וואס האט אים געשיקט. 17 אויב איר ווייסט דאס, געבענטשט זענט איר, אויב איר טוט עס. 18 נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן:
דער, וואס עסט מיין ברויט,
האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר.
(תהלים מא, י.)
19 שוין איצט זאג איך עס אייך, איידער עס געשעט, כדי ווען עס וועט געשען, זאלט איר גלויבן, אז איך בין עס. 20 באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס נעמט אויף דעם, וועמען איך שיק, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט אויף אים, וואס האט מיך געשיקט.
21 דאס זאגנדיק, האט יהושע/ישוע* זיך באאומרואיקט אין זיין *גייסט, און האט עדות געזאגט, און גערעדט: באמת, באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן. 22 די תלמידים האבן דעריבער געקוקט איינער אויפן אנדערן, מסופק וועגן וועמען ער זאגט עס. 23 און איינער פון זיינע תלמידים, וועמען יהושע/ישוע* האט (באזונדערס) ליב געהאט, איז געווען אנגעלענט אויף ישועס ברוסט. 24 האט שמעון פעטרוס געוואונקען צו דעם דאזיקן, און צו אים געזאגט: זאג ווער עס איז, וועגן וועמען ער רעדט. 25 נייגנדיק זיך אזוי צו ישועס ברוסט, זאגט יענער צו אים: האר, ווער איז עס? 26 יהושע/ישוע* האט געענטפערט: יענער איז עס, פאר וועמען איך וועל איינטונקען דעם ביסן און אים געבן. און איינטונקענדיק דעם ביסן, נעמט ער און גיט אים צו יהודה בן שמעון איש‑קריות. 27 און נאך דעם ביסן איז דער שׂטן דעמאלט אריין אין אים. יהושע/ישוע* האט דעריבער צו אים געזאגט: וואס דו טוסט, טו גיך. 28 און קיינער ארום דעם טיש האט נישט פארשטאנען, פארוואס ער האט דאס געזאגט צו אים. 29 ווארום אייניקע האבן געמיינט, ווייל יהודה האט געהאט די פושקע, זאגט יהושע/ישוע* צו אים: קויף איין, וואס מיר ברויכן אויף יום טוב; אדער אז ער זאל עפעס געבן צו די ארומעלייט. 30 און ווי ער האט געהאט גענומען דעם ביסן, איז ער גלייך ארויסגעגאנגען; און עס איז געווען נאכט.
31 און ווען ער איז ארויסגעגאנגען, האט יהושע/ישוע* געזאגט: איצט איז דער בר אנש פארהערלעכט, און ה׳ איז פארהערלעכט אין אים; 32 און אויב ה׳ איז פארהערלעכט אין אים, וועט ה׳ אים פארהערלעכן אין זיך אליין, און באלד וועט ער אים פארהערלעכן. 33 קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט. 34 א נייע מצווה גיב איך אייך, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווי איך האב אייך ליב געהאט, אזוי זאלט איר אויך ליב האבן איינער דעם אנדערן. 35 דורך דעם דאזיקן וועלן אלע דערקענען, אז איר זענט מיינע תלמידים, אויב איר וועט האבן ליבע איינער פאר דעם אנדערן.
36 זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, וואואהין גייסטו? האט יהושע/ישוע* געענטפערט: וואואהין איך גיי, קענסטו מיר איצט נישט נאכפאלגן, שפעטער אבער וועסטו מיר נאכפאלגן. 37 זאגט פעטרוס צו אים: האר, פארוואס קען איך דיר איצט נישט נאכפאלגן? מיין לעבן וועל איך אנידערלייגן פאר דיינעטוועגן. 38 ענטפערט יהושע/ישוע*: דיין לעבן וועסטו אנידערלייגן פאר מיינעטוועגן? באמת, באמת זאג איך דיר: איידער נאך דער האן וועט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!