קאפיטל זיבעצן
‏1 און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: עס איז אומפארמיידלעך, אז מכשולים זאלן נישט קומען; וויי איז אבער צו דעם, דורך וועמען זיי קומען! ‏2 עס וואלט געווען בעסער פאר אים, אויב א מילשטיין וואלט געלייגט געווארן ארום זיין האלדז, און ער וואלט אריינגעווארפן געווארן אין ים אריין, ווי אז ער זאל פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע. ‏3 גיט אכטונג אויף זיך אליין! ווען דער ברודער דיינער זינדיקט, זאלסטו אים זאגן מוסר; און אויב ער האט חרטה, זאלסטו אים מוחל זיין. ‏4 און ווען ער זאל זינדיקן זיבן מאל אין טאג קעגן דיר, און זיבן מאל זיך אומקערן צו דיר, אזוי צו זאגן: איך האב חרטה; זאלסטו אים פארגעבן.
‏5 און די שליחים האבן געזאגט צו דעם האר: פארמער אונדז דעם גלויבן! ‏6 און דער האר האט געזאגט: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן פייגנבוים: ווארצל דיך אויס און פארפלאנץ דיך אינם ים; און ער וואלט אייך געהארכט. ‏7 ווער אבער פון אייך, וואס האט א קנעכט אקערן אדער פאשען, וועט זאגן צו אים, ווען ער קומט אריין פונם פעלד; גיי זעץ דיך תיכף צום טיש? ‏8 צי וועט ער דען נישט זאגן צו אים: גרייט מיר צו עפעס אוונט עסן, און גארטל דיך ארום, און באדין מיך, ביז איך וועל אפעסן און אפטרינקען; און דערנאך וועסטו עסן און טרינקען? ‏9 צי דאנקט ער דען דעם קנעכט ווייל ער האט געטאן, וואס עס איז אים באפוילן געווארן? ‏10 און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!
‏11 און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז אדורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל. ‏12 און בשעת ער איז אריינגעקומען אין א געוויס *דארף אריין, האבן אים באגעגענט צען מצורעים, וועלכע זענען געשטאנען פונדערווייטנס; ‏13 און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע*, האר, האב רחמנות אויף אונדז! ‏14 און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. ‏15 איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, ‏16 און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. ‏17 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? ‏18 צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? ‏19 און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!
‏20 און ווען ער איז געפרעגט געווארן פון די פרושים, ווען דאס קעניגרייך פון ה׳ קומט, האט ער זיי געענטפערט און געזאגט: דאס קעניגרייך קומט נישט אויף א באשיימפערלעכן אופן; ‏21 מען וועט נישט זאגן: זע, דא איז עס, אדער דארטן! ווארום זע, דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אינעווייניק אין אייך.
‏22 צו די תלמידים אבער האט ער געזאגט: עס וועלן קומען טעג, ווען איר וועט באגערן צו זען איינעם פון די טעג פון דעם בר אנש, און איר וועט נישט זען. ‏23 און מען וועט זאגן צו אייך: זע, דארטן! זע, דא! גייט נישט אהין, און לויפט זיי נישט נאך. ‏24 ווארום פונקט אזוי ווי דער בליץ, ווען ער בליצט אויף, לויכט ער פון עק הימל ביז עק הימל, אזוי וועט דער בר אנש זיין אין דעם טאג זיינעם. ‏25 קודם כל מוז ער אבער א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון דעם דאזיקן דור. ‏26 און אזוי ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון נוח, אזוי וועט אויך זיין אין די טעג פון דעם בר אנש: ‏27 מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט חתונה געהאט, מען האט חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגעגאנגען אין דער תיבה, און דאס מבול איז געקומען, און האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית ו.) ‏28 פונקט ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון לוט: מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט געקויפט, מען האט פארקויפט, מען האט געפלאנצט, מען האט געבויט; ‏29 אין דעם טאג אבער, ווען לוט איז ארויסגעגאנגען פון סדום, האט עס גערעגנט מיט פייער און שוועבל פון הימל, און עס האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית יט, כד-כו.) ‏30 אויף דעם זעלביקן אופן וועט עס זיין אין דעם טאג, ווען דער בר אנש וועט אנטפלעקט ווערן. ‏31 אין יענעם טאג, ווער עס וועט זיין אויפן דאך, און די כלים זיינע אין הויז, זאל ער נישט אראפגיין זיי נעמען: און אויך אזוי, ווער עס וועט זיין אין פעלד, דער זאל זיך נישט אומקערן צוריק. ‏32 געדענקט לוטס ווייב! ‏33 ווער עס וועט זוכן צו דערהאלטן זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן, און ווער עס וועט עס פארלירן, דער וועט עס לעבעדיק דערהאלטן. ‏34 איך זאג אייך, אין דער זעלביקער נאכט וועלן צוויי זיין אין איין בעט, דער איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן. ‏35 צוויי (פרויען) וועלן מאלן צוזאמען; די איינע וועט אוועקגענומען ווערן, די אנדערע אבער וועט איבערגעלאזט ווערן. ‏36 צוויי וועלן זיין אין פעלד; איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן. ‏37 און ענטפערנדיק זאגן זיי צו אים: וואו, האר? און ער האט צו זיי געזאגט: וואו דאס פגר איז, דארטן וועלן זיך אויך די אדלערס פארזאמלען.