קאפיטל זעקס
‏1 און עס איז געשען, א שבתדיקן טאג איז ער אדורכגעגאנגען דורך די קארנפעלדער; און זיינע תלמידים האבן אפגעפליקט זאנגען, האבן זיי צעריבן מיט די הענט און געגעסן. ‏2 אייניקע אבער פון די פרושים האבן געזאגט: פארוואס טוט איר דאס, וואס מען טאר שבת נישט טאן? ‏3 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: צי האט איר דען נישט געלייענט דאס דאזיקע, וואס דוד (המלך) האט געטאן, ווען ער איז הונגעריק געווארן און די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים? ‏4 ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), און האט גענומען דאס לחם הפנים און עס געגעסן, און האט אויך געגעבן צו די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים; וואס קיינער האט נישט געטארט עסן אחוץ די כהנים אליין? ( שמואל א כא, ג-ד.) ‏5 און ער האט צו זיי געזאגט: דער בר אנש איז האר פונם שבת.
‏6 און עס איז געשען אן אנדערן שבת, אז ער איז אריינגעגאנגען אין א שול און האט געלערנט; און דארט איז געווען א מענטש, וועמעס רעכטע האנט איז געווען פארדארט. ‏7 און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן. ‏8 ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט. ‏9 און יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען? ‏10 און ארומקוקנדיק זיך אויף זיי אלע, האט ער געזאגט צו אים: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט עס געטאן, און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן. ‏11 זיי אבער זענען פול געווארן מיט גרימצארן; און האבן איבערגערעדט איינער מיטן אנדערן, וואס מען זאל טאן צו יהושען/ישוען*.
‏12 און עס איז געשען אין די דאזיקע טעג, אז ער איז ארויסגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן; און האט פארברענגט די גאנצע נאכט אין געבעט צו ה׳. ‏13 און ווען עס איז געווארן טאג, האט ער גערופן צו זיך זיינע תלמידים און אויסדערוויילט פון זיי צוועלף, וועלכע ער האט אויך א נאמען געגעבן שליחים: ‏14 שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי, ‏15 און מתתיהו און תומא, און יעקב בן חלפי און שמעונען, וואס מען האט אים גערופן קנאי, ‏16 און יהודה בן יעקב, און יהודה איש‑קריות, וואס איז געווארן דער פאררעטער. ‏17 און איז מיט זיי אראפגעשטיגן און האט זיך געשטעלט אויף א פלאך ארט, און א גרויסע מאסע פון זיינע תלמידים און א גרויסער המון עם פון גאנץ יהודה און ירושלים און פון דער געגנט ביים ים פון צור און צידון, ‏18 וועלכע זענען געקומען אים הערן און צו ווערן געהיילט פון זייערע שלאפקייטן; און די, וואס זענען געווען געפלאגט פון אומריינע גייסטער, זענען געהיילט געווארן. ‏19 און דער גאנצער המון מענטשן האט געזוכט אים אנצורירן, ווייל עס איז ארויסגעגאנגען פון אים א כוח און האט אלעמען געהיילט.
‏20 און ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן אויף זיינע תלמידים, און געזאגט:
וואויל איז אייך, ארומע לייט,
ווייל דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אייערס!
‏21 וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט,
ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן!
וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט,
ווייל איר וועט לאכן!
‏22 וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש. ‏23 פריידט זיך אין יענעם טאג און טאנצט, ווארום זע, גרויס איז אייער שכר אין הימל; ווארום אזוי־אָ האבן זייערע עלטערן געטאן צו די נביאים.
‏24 אבער וויי צו אייך, די רייכע!
ווייל איר האט שוין באקומען אייער נחמה.
‏25 וויי צו אייך, די וואס זענען איצט זאט,
ווייל איר וועט הונגערן.
וויי צו אייך, וואס לאכן איצט!
ווייל איר וועט טרויערן און וויינען.
‏26 וויי צו אייך, ווען אלע מענטשן וועלן רעדן וואויל וועגן אייך, ווארום אָט אזוי האבן זייערע עלטערן געטאן צו די פאלשע נביאים.
‏27 צו אייך אבער, וואס הערן, זאג איך: האט ליב אייערע שונאים, טוט גוטס צו די, וואס האסן אייך; ‏28 בענטשט די, וואס פלוכן אייך, טוט תפילה פאר די, וואס באליידיקן אייך. ‏29 דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק. ‏30 גיב יעדן, וואס בעט דיך; און פון דעם, וואס נעמט דאס דייניקע פון דיר אוועק, פאדער עס נישט צוריק. ‏31 און אזוי ווי איר ווילט, אז די מענטשן זאלן טאן צו אייך, זאלט איר אויך אזוי טאן צו זיי. ‏32 און אויב איר האט ליב די, וואס ליבן אייך, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? ווארום אפילו די חוטאים האבן ליב די, וואס האבן זיי ליב. ‏33 ווארום אויב איר טוט גוטס צו די, וואס טאן אייך גוטס, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? די חוטאים טאן דאך דאס זעלביקע. ‏34 און אויב איר זאלט לייען צו די, פון וועמען איר האפט צוריק צו באקומען, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? אפילו חוטאים לייען צו חוטאים, כדי דאס גלייכע אפצונעמען. ‏35 איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע. ‏36 זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק. ‏37 און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן; ‏38 גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן.
‏39 און ער האט אויך געזאגט א משל צו זיי: צי קען דען א בלינדער פירן א בלינדן? וועלן זיי דען נישט ביידע אריינפאלן אין א גרוב? ‏40 דער תלמיד איז נישט איבער דעם רבין; ווען אבער פארפאלקאמט, וועט יעדער זיין ווי דער רבי זיינער. ‏41 און פארוואס זעסטו דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג, און באמערקסט נישט דעם קלאץ אין דיין אייגן אויג? ‏42 וויאזוי קענסטו זאגן צום ברודער דיינעם: ברודער, לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין אויג; בעת אליין זעסטו נישט דעם קלאץ אין דיין אויג? דו צבועק, נעם צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג, און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג. ‏43 ווארום עס איז נישטא קיין גוטער בוים, וואס ברענגט שלעכטע פרוכט; און ווידער אויך נישט קיין שלעכטער בוים, וואס ברענגט גוטע פרוכט. ‏44 ווארום יעדער בוים ווערט דערקענט פון זיינע אייגענע פירות; ווארום פון דערנער קלויבט מען נישט קיין פייגן, און פון א דארנבוש שניידט מען נישט קיין וויינטרויבן. ‏45 דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס.
‏46 און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג? ‏47 יעדער איינער וואס קומט צו מיר און הערט מיינע רייד און טוט זיי, וועל איך אייך ווייזן צו וועמען ער איז גלייך; ‏48 ער איז גלייך צו א מענטשן, וואס בויענדיק א הויז, האט געגראבן און איז אראפגעגאנגען טיף און געלייגט דעם פונדאמענט אויף דעם פעלדזן; און ווען עס איז געקומען א פארפלייצונג, האט דער שטראם זיך געווארפן אנטקעגן יענעם הויז און עס נישט געקענט דערשיטערן; צוליב דעם וואס עס איז געווען גוט געבויט. ‏49 דער אבער וואס הערט און טוט נישט, איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געבויט אויף דער ערד א הויז אָן א פונדאמענט; אנטקעגן וועלכן דער שטראם האט זיך געווארפן און עס איז באלד איינגעפאלן, און דער צוזאמענברוך פון יענעם הויז איז געווען גרויס.