קאפיטל אכט
‏1 אין יענע טעג, ווען עס איז ווידער געווען א גרויסע מאסע מענטשן, און זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן, האט ער גערופן צו זיך די תלמידים, און זאגט צו זיי: ‏2 עס טוט מיר לייד אויף דער מאסע מענטשן, ווייל שוין דריי טעג זענען זיי ביי מיר געבליבן, און האבן נישט וואס צו עסן; ‏3 און אויב איך זאל זיי לאזן גיין אהיים פאסטנדיק, וועלן זיי פארשמאכטן אונטערוועגנס; ווייל א טייל זענען געקומען פון ווייט. ‏4 און זיינע תלמידים האבן אים געענטפערט: פונוואנען וועט מען דא אין דער מדבר קענען זעטיקן די דאזיקע מיט ברויט? ‏5 און ער האט זיי געפרעגט: וויפל ברויטן האט איר? האבן זיי געזאגט: זיבן. ‏6 און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן. ‏7 און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן. ‏8 און זיי האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און האבן אויפגעהויבן, פון די איבערגעבליבענע ברעקלעך, זיבן קערב. ‏9 און עס זענען געווען אן ערך פיר טויזנט; און ער האט זיי אוועקגעשיקט. ‏10 און גלייך איז ער איינגעשטיגן אין דעם שיפל צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און איז געקומען אין די געגנטן פון דלמנותא.
‏11 און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אנגעהויבן האלטן וויכוחים מיט אים, זוכנדיק פון אים א צייכן פון הימל, כדי אים אויסצופרואוון. ‏12 און ער האט טיף געזיפצט אין זיין *גייסט, און געזאגט: וואס זוכט דאס דאזיקע דור א צייכן? באמת זאג איך אייך: קיין צייכן וועט נישט געגעבן ווערן דעם דאזיקן דור. ‏13 און האט זיי פארלאזט, און איז ווידער איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און איז אריבערגעפארן אויף דער אנדערער *זייט.
‏14 און זיי האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט; און אחוץ איין לעבל האבן זיי נישט געהאט מער מיט זיך אינם שיפל. ‏15 און ער האט זיי געווארנט, אזוי צו זאגן: גיט אכטונג, היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און פארן זויערטייג פון הורדוסן! ‏16 און זיי האבן עס איבערגערעדט איינער מיט דעם אנדערן: דאס איז ווייל מיר האבן נישט קיין ברויט. ‏17 און יהושע/ישוע* האט עס באמערקט, און צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר (אזעלכע) מחשבות, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? צי פארשטייט איר נאך אלץ נישט און זענט נישט משיג? איז אייער הארץ נאך אלץ פארהארטעוועט? ‏18 איר האט אויגן און זעט נישט, און אויערן און הערט נישט? און צי געדענקט איר נישט, ‏19 ווען איך האב צעבראכן די פינף ברויטן פאר די פינף טויזנט, וויפל קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? זאגן זיי צו אים: צוועלף! ‏20 און ווען די זיבן (ברויטן) פאר די פיר טויזנט, וויפל גרויסע קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? און זיי זאגן: זיבן! ‏21 און ער האט צו זיי געזאגט: צי זענט איר נאך אלץ נישט משיג?
‏22 און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן. ‏23 און ער האט אנגענומען דעם בלינדן ביי דער האנט, און אים ארויסגעפירט אויסער דעם *דארף; האט אים ארויפגעשפיגן אויף די אויגן, און ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און אים געפרעגט, צי ער זעט עפעס. ‏24 און ער האט א בליק געטאן און געזאגט: איך זע די מענטשן; אז ווי ביימער זע איך זיי ארומגיין! ‏25 נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס. ‏26 און ער האט אים אוועקגעשיקט אהיים, און געזאגט: אין דעם *דארף זאלסטו אפילו נישט אריינגיין!
‏27 און יהושע/ישוע* איז ארויסגעגאנגען, און זיינע תלמידים, אין די דערפער אריין פון קסריה פון פיליפוס; און אונטערוועגנס האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, זאגנדיק צו זיי: ווער זאגן די מענטשן, אז איך בין? ‏28 און זיי האבן אים געענטפערט, אזוי צו זאגן: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; און אנדערע, אליהו; אנדערע אבער, אז איינער פון די נביאים. ‏29 און ער האט זיי געפרעגט: איר אבער, ווער זאגט איר, אז איך בין? ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו אים: דו ביסט דער משיח! ‏30 און ער האט זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן וועגן אים. ‏31 און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין. ‏32 און ער האט דאס ווארט גערעדט אפן, נישט פארהוילן. און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און אנגעהויב אנצושרייען אויף אים. ‏33 ער אבער האט זיך אויסגעדרייט, און געקוקט אויף זיינע תלמידים, און האט אנגעשריגן אויף פעטרוסן, און זאגט: אוועק, הינטער מיר, שׂטן! ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס איז שייך ה׳, נאר דאס, וואס איז שייך מענטשן! ‏34 און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן. ‏35 ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען. ‏36 ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש? ‏37 ווארום וואס פאר אן אויסלייז געלט זאל א מענטש געבן פאר זיין נפש? ‏38 ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.