קאפיטל פיר
1 און ווידער האט ער אנגעהויבן צו לערנען ביים ים; און עס האט זיך פארזאמלט ביי אים א זייער גרויסער המון מענטשן, אזוי אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט אויפן ים; און דער גאנצער המון מענטשן איז געווען ביים ים אויף דער יבשה. 2 און ער האט זיי געלערנט א סך זאכן מיט משלים, און האט צו זיי געזאגט אין זיין תורה: 3 הערט זיך צו: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו פארזייען. 4 און עס איז געשען, בשעת דעם זייען זענען אייניקע (זאמען) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן זיי אויפגעגעסן. 5 און אנדערע זענען געפאלן אויף דעם שטייניקן באדן, וואו זיי האבן נישט געהאט קיין סך ערד; און האבן גלייך אויפגעשפראצט צוליבן נישט האבן קיין טיפקייט פון ערד; 6 און ווען די זון איז אויפגעגאנגען, זענען זיי פארוועלקט געווארן, און ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין ווארצל, זענען זיי פארדארט געווארן. 7 און אנדערע זענען געפאלן צווישן די דערנער, און די דערנער זענען אויפגעוואקסן און האבן זיי דערשטיקט, און זיי האבן נישט געגעבן קיין פרוכט. 8 און אנדערע זענען געפאלן אויף דער גוטער ערד, און האבן יא געגעבן פרוכט, וואס האט אויפגעשפראצט און איז געוואקסן; און האבן געברענגט איינס—דרייסיקפאכיק, און איינס זעכציקפאכיק, און איינס—הונדערטפאכיק. 9 און ער האט געזאגט: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!
10 און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים. 11 און ער האט צו זיי געזאגט: אייך איז געגעבן געווארן דער סוד פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו יענע אבער אינדרויסן ווערט אלץ געטאן אין משלים; 12 כדי
קוקנדיק זאלן זיי קוקן און נישט זען,
און הערנדיק זאלן זיי הערן און נישט באנעמען;
טאמער וועלן זיי תשובה טאן
און עס וועט זיי פארגעבן ווערן. (ישעיהו ו, ט-י.)
13 און זאגט צו זיי: איר פארשטייט נישט דאס דאזיקע משל, און וויאזוי וועט איר פארשטיין אלע משלים? 14 דער זייער פארזייט דאס ווארט. 15 און דאס זענען די ביים וועג, וואו דאס ווארט איז געזייעט געווארן; און ווען זיי האבן עס געהערט, קומט גלייך דער שׂטן, און נעמט אוועק דאס ווארט, וואס איז געזייעט געווארן אין זיי. 16 און אויך אזוי די, וואס זענען געזייעט אויף דעם שטייניקן באדן, וואס, ווען זיי האבן געהערט דאס ווארט, נעמען עס גלייך אָן מיט שמחה; 17 און האבן נישט קיין ווארצל אין זיך, נאר זענען בלויז אויף א געוויסע צייט; קומט אבער א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלען זיי באלד. 18 און אנדערע זענען די, וואס זענען געזייעט צווישן דערנער; זיי זענען עס וואס האבן געהערט דאס ווארט; 19 און די זארגן פון דער וועלט און די פארפירערישקייט פון רייכטום, און די תאוות נאך אנדערע זאכן דרינגען אריין און דערשטיקן דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות. 20 און יענע זענען עס וואס זענען געזייעט געווארן אויף דער גוטער ערד; וואס הערן דאס ווארט, און נעמען עס אָן, און ברענגען פרוכט, איינער דרייסיקפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער הונדערטפאכיק.
21 און ער האט צו זיי געזאגט: צי קומט דען דאס ליכט, כדי געשטעלט צו ווערן אונטער א מאסשעפל, אדער אונטערן בעט? ניין, נאר כדי עס זאל געשטעלט ווערן אויף דעם לייכטער. 22 ווארום קיין זאך איז נישט פארבארגן, אחוץ כדי אנטפלעקט צו ווערן; און קיין זאך איז נישט פארהוילן געווארן, וואס וועט נישט מפורסם ווערן. 23 אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן! 24 און ער האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג, וואס איר הערט! מיט וואס פאר א מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן, און עס וועט אייך נאך צוגעגעבן ווערן א צולאג. 25 ווארום ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן; און ווער עס האט נישט, פון דעם וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא. 26 און ער האט געזאגט: אזוי אָ איז דאס קעניגרייך פון ה׳, ווי א מענטש וואלט געווארפן דעם זאמען אויף דער ערד, 27 און לייגט זיך שלאפן און שטייט אויף, ביינאכט און בייטאג, און דער זאמען שפראצט ארויס און וואקסט אויף, אָן זיין וויסן וויאזוי. 28 פון זיך אליין ברענגט די ערד ארויס פירות; צום ערשט דאס גראז, דערנאך די זאנג, נאך דעם פולן ווייץ אין דער זאנג. 29 ווען אבער די פרוכט דערלאזט עס, שיקט ער גלייך דעם סערפ אהין, ווייל די שניט צייט איז שוין אנגעקומען.
30 און ער האט געזאגט: וויאזוי זאלן מיר פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳, אדער אין וואס פאר א משל זאלן מיר עס לייגן? 31 עס איז ווי א זענעפט קערנדל, וואס, ווען עס איז פארזייט אין דער ערד, הגם עס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות, 32 דאך ווען עס איז פארזייט, וואקסט עס אויף און ווערט גרעסער ווי אלע גארטן געוויקסן, און גיט ארויס גרויסע צווייגן, אז אונטער זיין שאטן קענען די פייגל פון הימל וואוינען.
33 און מיט א סך אזעלכע משלים האט ער צו זיי גערעדט דאס ווארט, לויט ווי זיי זיי זענען געווען בכח צו הערן; 34 און אָן א משל האט ער צו זיי נישט גערעדט; און איז ער געווען מיט זיינע תלמידים אליין, האט ער זיי אלץ אויסגעלייגט.
35 און יענעם טאג, ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער *זייט ים. 36 און זיי האבן געלאזט דעם המון מענטשן גיין, און האבן אים מיטגענומען, אזוי ווי ער איז געווען, אינם שיפל; און נאך אנדערע שיפלעך זענען געווען מיט אים. 37 און עס הויבט זיך אויף א גרויסער שטורמווינט, און די כוואליעס האבן זיך געווארפן אויפן שיפל, אזוי אז דאס שיפל האט זיך שוין געהאט כמעט אנגעפילט. 38 און ער אליין איז געווען אין דעם הינטערן טייל, שלאפנדיק אויף דעם קישן; און זיי וועקן אים אויף און זאגן צו אים: רבי, עס *ארט דיך גארנישט, אז מיר קומען אום? 39 און ער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און געזאגט צום ים: שווייג, זיי שטיל! און דער ווינט האט אויפגעהערט, און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. 40 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס זענט איר אזוי שרעקעוודיק? ווי, איר האט נאך אלץ נישט קיין גלויבן? 41 און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט, און האבן געזאגט איינס צום אנדערן: ווער איז ער דאך, אז סאי דער ווינט סאי דער ים געהארכן אים?