קאפיטל פינף און צוואנציק
‏1 דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן. ‏2 און פינף פון זיי זענען געווען נארישע, און פינף קלוגע. ‏3 מחמת די נארישע האבן גענומען די לאמפן, און נישט מיטגענומען מיט זיך קיין אייל. ‏4 די קלוגע אבער האבן גענומען אייל אין זייערע געפעסן, צוזאמען מיט זייערע לאמפן. ‏5 און בשעת דער חתן האט זיך געזאמט, האבן אלע געדרעמלט און זענען איינגעשלאפן. ‏6 ארום האלבער נאכט אבער איז געווארן א געשריי: זע, דער חתן קומט! גייט אים אנטקעגן! ‏7 דעמאלט האבן זיך יענע אלע יונגפרויען אויפגעכאפט, און האבן געברענגט אין ארדנונג זייערע לאמפן. ‏8 און די נארישע האבן געזאגט צו די קלוגע: גיט אונדז פון אייער אייל; ווייל אונדזערע לאמפן לעשן זיך אויס. ‏9 און די קלוגע האבן געענטפערט, און געזאגט: פאר קיין פאל נישט! טאמער וועט נישט גענוג פאר אונדז און פאר אייך! גייט ליבער צו די הענדלער, און קויפט זיך. ‏10 און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן. ‏11 און שפעטער קומען אויך די איבריקע יונגפרויען, און זאגן: האר, האר, עפן אונדז אויף! ‏12 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט! ‏13 וואכט זשע; ווייל איר ווייסט נישט דעם טאג, און אויך נישט די שעה.
‏14 מחמת גלייך ווי א מענטש פארן אוועקפארן, האט צונויפגערופן זיינע קנעכט, און זיי איבערגעגעבן זיינע גיטער; ‏15 און איינעם האט ער געגעבן פינף טאלאנטן, דעם אנדערן צוויי, און דעם דריטן איינעם; יעדן לויט זיין אייגענעם כוח; און איז באלד אוועקגעפארן. ‏16 און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף. ‏17 דעסגלייכן דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן, האט פארדינט אנדערע צוויי. ‏18 דער אבער, וואס האט באקומען דעם איינעם, איז געגאנגען און האט געגראבן אין דער ערד, און פארבארגן זיין הארס געלט. ‏19 און נאך א לאנגער צייט קומט דער האר פון יענע קנעכט, און מאכט א חשבון מיט זיי. ‏20 און עס איז געקומען דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, און האט געברענגט אנדערע פינף טאלאנטן, און געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן פינף טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע פינף טאלאנטן. ‏21 האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! ‏22 איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן און האט געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן צוויי טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע צוויי טאלאנטן. ‏23 האט זיין האר צו אים געזאגט: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה! ‏24 און עס איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען דעם איינעם טאלאנט. און האט געזאגט: האר, איך קען דיך, אז דו ביסט א הארטער מענטש; דו שניידסט, וואו דו האסט נישט געזייט. און זאמלסט, וואו דו האסט נישט צעשפרייט; ‏25 און ווייל איך האב מורא געהאט, בין איך געגאנגען און האב פארבארגן דיין טאלאנט אין דער ערד. אָט האסטו דאס דייניקע! ‏26 און זיין האר האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו בייזער און פוילער קנעכט! האסט געוואוסט, אז איך שנייד, וואו איך האב נישט געזייט און זאמל, וואו איך האב נישט צעשפרייט; ‏27 האסטו דעריבער געדארפט איינלייגן מיין געלט ביי די באנקירן, און ביי מיין קומען וואלט איך אפגענומען דאס מייניקע מיט פראצענט. ‏28 נעמט זשע פון אים אוועק דעם טאלאנט, און גיט אים דעם, וואס האט די צען טאלאנטן! ‏29 מחמת יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט פון אים אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא. ‏30 און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינסטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
‏31 ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד; ‏32 און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן. ‏33 און וועט שטעלן די שאף אויף זיין רעכטער *זייט, די ציגן אבער אויף דער לינקער *זייט. ‏34 דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער *זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן! ‏35 מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר געגעבן צו טרינקען; איך בין געווען אן אורח, און איר האט מיך אריינגענומען; ‏36 א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר. ‏37 דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען? ‏38 ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט? ‏39 ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר? ‏40 און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר! ‏41 דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער *זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים! ‏42 מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו טרינקען: ‏43 אן אורח בין איך געווען, און איר האט מיך נישט אריינגענומען; נאקעט, און איר האט מיך נישט באקליידט; קראנק און אין תפיסה, און איר האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר, ‏44 דאן וועלן אויך זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק אדער דורשטיק אדער אן אורח אדער נאקעט אדער קראנק אדער אין תפיסה, און האבן דיך נישט באדינט? ‏45 דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר! ‏46 און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.