קאפיטל פיר און צוואנציק
1 און יהושע/ישוע* איז ארויסגעגאנגען פון בית המקדש, און איז אוועקגעגאנגען; און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען צו אים, כדי אים צו ווייזן די בנינים פון בית המקדש. 2 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר זעט דאס אלץ? באמת זאג איך אייך, עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
3 און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט? 4 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: זעט, אז קיינער זאל אייך נישט פארפירן! 5 מחמת א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, אזוי צו זאגן: איך בין דער משיח; און פארפירן א סך. 6 און איר וועט הערן פון מלחמות און שמועות פון מלחמות; גיט אכטונג, דערשרעקט זיך נישט; מחמת דאס מוז געשען, נאר עס איז נאך נישט דער קץ. 7 מחמת א פאלק וועט זיך אויפהויבן קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה; און עס וועלן זיין הונגער נויטן און ערדציטערנישן אויף פארשיידענע ערטער. 8 דאס אלץ אבער איז דער אנהויב פון די ווייען. 9 דעמאלט וועט מען אייך איבערגעבן צו באדריקונג, און מען וועט אייך טייטן; און איר וועט זיין געהאסט פון אלע פעלקער צוליב מיין נאמען. 10 און דעמאלט וועלן א סך שטרויכלען, און פארראטן איינס דאס אנדערע, און זיך האסן איינס דאס אנדערע. 11 און עס וועלן אויפשטיין פיל פאלשע נביאים, און פארפירן א סך. 12 און דורך דעם וואס אומגערעכטיקייט וועט זיך פארפילפאכן, וועט די ליבע פון א סך זיך אפקילן. 13 ווער אבער עס האלט אויס ביז צום סוף, דער וועט געראטעוועט ווערן. 14 און די דאזיקע גוטע בשורה פון דעם מלכות וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער באוואוינטער וועלט, ווי אן עדות צו אלע פעלקער, און דעמאלט וועט קומען דער קץ.
15 דעריבער ווען איר זעט די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג, וואס איז געזאגט געווארן דורך דניאל הנביא, שטיין אויף דעם מקום קדוש—זאל דער לייענער פארשטיין! (דניאל יב, יא.)— 16 דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג; 17 דער, וואס איז אויפן דאך, זאל נישט אראפגיין נעמען עפעס פון זיין הויז; 18 און דער, וואס איז אין פעלד, זאל זיך נישט אומקערן צוריק, צו נעמען זיין בגד. 19 אבער וויי איז צו די מעוברתדיקע און צו די אנזויגערינס אין יענע טעג! 20 און טוט תפילה, אז אייער אנטרינונג זאל נישט געשען אין ווינטער, און נישט שבת. 21 מחמת עס וועס דעמאלט זיין א גרויסע צרה, וואס אירסגלייכן איז נישט געווען פונם אנהויב פון דער וועלט ביז אצונד, 22 און וועט אויך מער נישט זיין. און אויב יענע טעג וואלטן נישט פארקירצט געווארן, וואלט קיין שום בשר (ודם) נישט ניצול געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע וועלן יענע טעג יא פארקירצט ווערן. 23 ווען עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע, דא איז דער משיח, אדער: דא! זאלט איר עס נישט גלויבן. 24 מחמת עס וועלן אויפשטיין פאלשע משיחים, און פאלשע נביאים, און וועלן געבן גרויסע אותות און מופתים, אזש צו פארפירן, אויב מעגלעך, אפילו די אויסדערוויילטע. 25 זע, איך האב עס אייך פארויסגעזאגט. 26 ווען זשע זיי וועלן אייך זאגן: זע, ער איז אין דער מדבר; זאלט איר נישט ארויסגיין; זע, (בחדרי) חדרים; גלויבט עס נישט. 27 מחמת אזויווי דער בליץ קומט ארויס פון מזרח, און שיינט ביז מערב, אזוי וועט זיין דאס קומען פון דעם בר אנש. 28 נאר וואו דער טויטער קערפער איז דארט וועלן זיך פארזאמלען די אדלערס.
29 און באלד נאך דער צרה פון יענע טעג, וועט די זון פארפינסטערט ווערן, און די לבנה וועט נישט געבן איר ליכט, און די שטערן וועלן פאלן פון הימל, און די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן. 30 און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.) 31 און ער וועט שיקן זיינע מלאכים מיט א גרויסן שופר, און זיי וועלן איינזאמלען זיינע אויסדערוויילטע פון די פיר ווינטן, פון איין עק הימל ביז צום אנדערן עק הימל.
32 און פון דעם פייגנבוים לערנט זיך דאס משל: ווען זיין צווייג ווערט שוין זאפטיק, און ברענגט ארויס בלעטער, ווייסט איר, אז זומער איז נאנט. 33 אזוי אויך איר, ווען איר זעט דאס אלץ, זאלט וויסן, אז עס איז נאנט ביי דער טיר. 34 באמת זאג איך אייך, דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז דאס אלץ וועט געשען; 35 דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין, 36 נאר וואס שייך יענעם טאג און שעה ווייסט קיינער נישט, אפילו נישט די מלאכים אין הימל, אויך דער זון נישט, אחוץ דער פאטער אליין. 37 מחמת אזוי ווי עס איז געווען אין טעג פון נוח, אזוי וועט עס זיין ביי דעם קומען פון דעם בר אנש, 38 מחמת ווי אין יענע טעג פארן מבול האבן זיי געגעסן און געטרונקען, חתונה געהאט און חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגאנגען אין דער תיבה, 39 און האבן גארנישט געוואוסט ביז דאס מבול איז געקומען, און אלעמען אוועקגעטראגן; אזוי וועט אויך זיין ביים קומען פון דעם בר אנש. 40 דעמאלט וועלן צוויי זיין אין פעלד; איינער ווערט מיטגענומען, און איינער איבערגעלאזט. 41 צוויי פרויען וועלן מאלן אויף דער מיל; איינע ווערט מיטגענומען, און איינע איבערגעלאזט. 42 דעריבער וואכט, ווייל איר ווייסט נישט, וועלכן טאג אייער האר קומט. 43 דאס אבער זאלט איר וויסן, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכן משמר דער גנב קומט, וואלט ער געהאלטן וואך, און נישט דערלאזט אונטערגראבן זיין הויז. 44 דערפאר זאלט איר אויך זיין גרייט! ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, ווען איר מיינט נישט. 45 ווער זשע איז דער געטרייער און קלוגער קנעכט, וועמען דער האר האט געזעצט איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די שפייז אין דער ריכטיקער צייט? 46 וואויל איז יענעם קנעכט, וואס, ווען זיין האר קומט, געפינט ער אים אזוי טאן. 47 באמת זאג איך אייך, ער וועט אים זעצן איבער אלע זיינע גיטער. 48 אויב אבער יענער שלעכטער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך; 49 און וועט אנהויבן צו שלאגן זיינע מיטקנעכט, און עסן און טרינקען מיט די שכורים; 50 אזוי וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער ריכט זיך נישט, און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט, 51 און וועט אים צעשניידן אויף שטיקער, און לייגן זיין חלק מיט די צבועקעס. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.