קאפיטל אכט
‏1 און ווען ער איז אראפגעשטיגן פון בארג, האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן, ‏2 און זע, א מצורעדיקער איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: האר, אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן. ‏3 און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; *זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת. ‏4 און יהושע/ישוע* זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און *זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!
‏5 און ווי ער איז אריינגעקומען קיין כפר‑נחום, איז געקומען צו אים אן אפיציר, און האט אים געבעטן, ‏6 און געזאגט: האר, מיין משרת ליגט פאראליזשירט אין הויז, און האט שרעקלעכע יסורים. ‏7 און ער זאגט צו אים: איך וועל קומען און אים היילן. ‏8 דער אפיציר אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין *דאך, נאר זאג בלויז א ווארט, און מיין משרת וועט געהיילט ווערן. ‏9 מחמת אויך איך בין א מענטש, וואס שטייט אונטער דער ממשלה, האבנדיק אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום אהער! און ער קומט; און צו מיין קנעכט: טו דאס! און ער טוט עס. ‏10 און ווי יהושע/ישוע* האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט, און האט געזאגט צו די, וואס האבן נאכגעפאלגט: באמת זאג איך אייך, ביי קיינעם אין ישראל האב איך אזא אמונה נישט געפונען. ‏11 און איך זאג אייך: א סך וועלן קומען פון מזרח און פון מערב, און וועלן זיך אנידערזעצן מיט אברהם, און מיט יצחקן, און מיט יעקבן, אין דעם מלכות השמים. ‏12 די קינדער אבער פון דעם מלכות וועלן ארויסגעווארפן ווערן אין דער פינסטערניש אינדרויסן; דארטן וועט זיין דאס קלאגן און דאס קריצן מיט די ציין. ‏13 און יהושע/ישוע* האט געזאגט צו דעם אפיציר: גיי, זאל דיר געשען אזוי, ווי דו האסט געגלויבט! און דער משרת איז געהיילט געווארן אין יענער שעה.
‏14 און ווען יהושע/ישוע* איז געקומען צו פעטרוסן אין הויז אריין, האט ער געזען זיין שוויגער ליגן קראנק אויף א קדחת. ‏15 און ער האט אנגערירט איר האנט, און דאס פיבער האט זי פארלאזן; און זי איז אויפגעשטאנען, און האט אים באדינט. ‏16 און ווען עס איז געווארן אוונט, האט מען געברענגט צו אים א סך באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און ער האט ארויסגעטריבן די גייסטער מיט א ווארט, און אלע קראנקע געהיילט; ‏17 כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיה הנביא, אזוי צו זאגן: ער אליין האט אוועקגענומען אונדזערע קראנקייטן, און געטראגן די לאסט פון אונדזערע ווייטאקן. (ישעיהו נג, ד.)
‏18 און אז יהושע/ישוע* האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער *זייט ים. ‏19 און א סופר איז געקומען, און האט צו אים געזאגט: רבי, איך וועל דיר נאכפאלגן, וואו דו וועסט נאר גיין. ‏20 און יהושע/ישוע* זאגט צו אים: די פוקסן האבן היילן, און די פייגל פון הימל—נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט, וואו דעם קאפ אנידערצולייגן. ‏21 און אן אנדערער פון די תלמידים האט צו אים געזאגט: האר, גיב מיר רשות קודם כל אוועקצוגיין און קובר צו זיין מיין פאטער. ‏22 יהושע/ישוע* אבער זאגט צו אים: פאלג דו מיר נאך; און לאז די מתים קובר זיין זייערע מתים.
‏23 און ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט. ‏24 און זע, עס איז געווארן א גרויסער שטורמווינט אויפן ים, אז דאס שיפל איז אזש באדעקט געווארן פון די כוואליעס; ער אבער איז געשלאפן. ‏25 און זיי זענען געקומען צו אים, און האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן: האר, ראטעווע; מיר קומען אום! ‏26 און ער זאגט צו זיי: וואס זענט איר אזוי אנגעשראקן, איר קליינגלויביקע? דאן איז ער אויפגעשטאנען, און האט אנגעשריגן די ווינטן און דעם ים; און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. ‏27 און די מענטשן האבן זיך געוואונדערט, און האבן געזאגט: וואס איז דאס פאר א מאן, אז סיי די ווינטן סיי דער ים געהארכן אים?
‏28 און ווען ער איז געקומען אויף יענער *זייט ים אין דעם לאנד פון די גדריים, זענען אים אנטקעגנגעלאפן צוויי באזעסענע, וואס זענען ארויסגעקומען אויס די קברים, זייער געפערלעכע, אז קיינער האט נישט געקענט פארבייגיין דורך יענעם וועג. ‏29 און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט? ‏30 און פונדערווייטנס פון זיי האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. ‏31 און די בייזע גייסטער האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב דו טרייבסט אונדז ארויס, שיק אונדז אריין אין דער סטאדע חזירים! ‏32 און ער האט צו זיי געזאגט: גייט! און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אוועק אין די חזירים אריין; און זע, די גאנצע סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דער משופעדיקייט אין ים אריין, און זענען אומגעקומען אין די וואסערן. ‏33 די פאסטוכער אבער זענען אנטלאפן, און זענען אריין אין שטאט, און האבן אלץ דערציילט, און וואס (עס האט פאסירט) מיט די באזעסענע. ‏34 און זע, די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען אנטקייגן יהושען/ישוען*; און דער זעענדיק אים, האבן זיי אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייער גבול.