קאפיטל זיבן
‏1 משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן. ‏2 מחמת מיט וואס פאר א משפט איר אורטיילט, וועט איר געמשפט ווערן, און מיט וועלכער מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן. ‏3 און וואס זעסטו דאס שפענדל אין דיין ברודערס אויג, אבער דעם קלאץ, וואס איז אין דיין אויג, באמערקסטו נישט? ‏4 אדער ווי אזוי קענסטו זאגן צו דיין ברודער: לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל פון דיין אויג; און זע, דער קלאץ איז אין דיין אויג? ‏5 דו צבועק, ווארף צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג; און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל פון דיין ברודערס אויג. ‏6 גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
‏7 בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן! ‏8 מחמת יעדער, וואס בעט, באקומט; און דער, וואס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן. ‏9 אדער וועלכער מענטש צווישן אייך איז עס, וואס, אויב זיין זון זאל אים בעטן ברויט, וועט ער אים געבן א שטיין? ‏10 אדער אויב ער זאל בעטן א פיש, וועט ער דען אים געבן א שלאנג? ‏11 אויב דעריבער איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, וויפל מער וועט אייער פאטער, וואס איז אין הימל, געבן גוטס צו די, וואס בעטן אים? ‏12 דעריבער אלץ, וואס איר ווילט, אז די מענטשן זאלן אייך טאן, טוט אויך אזוי פאר זיי; מחמת דאס דאזיקע איז די תורה און די נביאים.
‏13 גייט אריין דורך דעם ענגן טויער; ווייל געראם איז דאס טויער, און אויסגעברייטערט דער וועג, וואס פירט צו פארדארבונג, און א סך זענען עס, וואס גייען אריין דורך דעם דאזיקן. ‏14 ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים.
‏15 היט זיך פאר די פאלשע נביאים, וואס קומען צו אייך אין קליידער פון שאף, אינעווייניק אבער זענען זיי פארצוקנדיקע וועלף. ‏16 פון זייערע פירות זאלט איר זיי דערקענען. צי קלויבט מען דען וויינטרויבן פון דערנער, אדער פייגן פון שטעכלקעס? ‏17 אזוי א גיט יעדער גוטער בוים ארויס גוטע פירות; דער פארפוילטער בוים אבער גיט ארויס שלעכטע פירות. ‏18 א גוטער בוים קען נישט ברענגען קיין שלעכטע פירות, און א פארפוילטער בוים נישט ברענגען קיין גוטע פירות. ‏19 יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין. ‏20 דעריבער זאלט איר זיי דערקענען פון זייערע פירות. ‏21 נישט יעדער איינער, וואס זאגט צו מיר, האר, האר, וועט אריינגיין אין מלכות השמים, נאר דער, וואס טוט דעם רצון פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל. ‏22 א סך וועלן זאגן צו מיר אין יענעם טאג: האר, האר, צי האבן מיר דען נישט אין דיין נאמען נבואות געזאגט, און אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און אין דיין נאמען געטאן א סך וואונדער? ‏23 און דעמאלט וועל איך מודה זיין פאר זיי: איך האב אייך קיינמאל נישט געקענט; אוועק פון מיר, איר, וואס טוט רשעות. ‏24 דעריבער יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי, וועט זיין געגליכן צו א מאן א חכם, וואס האט געבויט זיין הויז אויף דעם פעלדזן. ‏25 און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן אנגעגריפן יענע הויז; און עס איז נישט איינגעפאלן; מחמת עס איז געווען געגרינדעט אויף דעם פעלדזן. ‏26 און יעדער איינער, וואס הערט די דאזיקע ווערטער מיינע, און טוט זיי נישט, וועט זיין געגליכן צו א מאן א *נאר, וואס האט געבויט זיין הויז אויפן זאמד. ‏27 און דער פלאצרעגן איז געפאלן, און די וואסער שטורמען זענען געקומען, און די ווינטן האבן געבלאזן, און האבן געשטויסן אויף יענעם הויז; און עס איז איינגעפאלן, און דער צואמענברוך דערפון איז געווען גרויס. ‏28 און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע* האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האבן די המונים מענטשן געשטוינט איבער זיין לערנונג. ‏29 מחמת ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי זייערע סופרים.