קאפיטל פינף
1 איצט קומט איר, די עשירים; וויינט און קלאגט אויף אייערע צרות, וועלכע קומען (אויף אייך). 2 אייער רייכקייט איז פארפוילט געווארן, און אייערע מלבושים זענען מילביק. 3 אייער גאלד און זילבער איז פארזשאווערט; און זייער זשאווער וועט זיין פאר אן עדות צו אייך, און עס וועט פארצערן אייערע לייבער ווי פייער. איר האט אייך איינגעזאמלט אוצרות אין די לעצטע טעג. 4 זע, דער לוין פון די ארבעטער, וועלכע האבן איינגעזאמלט דעם שניט פון אייערע פעלדער, (דער לוין), וועלכער איז פון אייך צוריקגעהאלטן, שרייט; און די געשרייען פון די שניטער זענען אריינגעקומען אין די אויערן פון דעם האר, (דעם ג‑ט פון) צבאות. 5 איר האט געלעבט אין תענוגים אויף דער ערד און זיך אנגעטאן פארגעניגנס; איר האט געפאשעט אייערע הערצער ווי אינם טאג פון דער שחיטה. 6 איר האט פארמשפט, איר האט געהרגעט דעם צדיק; ער שטעלט זיך אייך נישט אנטקעגן.
7 זייט געדולדיק דעריבער, ברידער, ביז צום קומען פון דעם האר. זע, דער פארמער *ווארט אויף דער טייערער פרוכט פון דער ערד, און האט געדולד מיט איר, ביז זי באקומט דעם פריען און שפעטן רעגן. 8 זייט אויך געדולדיק; שטארקט זיך די הערצער אייערע; ווייל דעם הארס קומען האט זיך שוין דערנענטערט. 9 זיפצט נישט, ברידער, איינער קעגן דעם אנדערן; כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; אָט שטייט (שוין) דער שופט פאר די טירן. 10 נעמט אייך אלס א ביישפיל, ברידער, פון ליידן בייז און פון געדולד, די נביאים, וועלכע האבן גערעדט אין דעם נאמען פון דעם האר (ג‑ט). 11 זע, מיר האלטן פאר געבענטשט די, וועלכע האבן אויסגעהאלטן סבלנותדיק; איר האט (דאך) געהערט פון איובס סבלנות, און געזען דעם סוף פון דעם האר, אז דער האר (ג‑ט) איז א רחום וחנון (איוב מב, י-יב.)
12 נאר פריער פאר אלעם, שווערט נישט, ברידער מיינע, נישט ביים הימל, נישט ביי דער ערד, נישט ביי קיין שום אנדערער שבועה; נאר זאל אייער יא זיין יא, און אייער ניין זאל זיין ניין; כדי איר זאלט נישט פאלן אונטער א משפט. 13 ליידט עמיצער צווישן אייך? זאל ער תפילה טאן. איז עמיצער אין גוטער שטימונג? זאל ער זינגען שירות ותשבחות. 14 איז עמיצער *שלאף ביי אייך? זאל ער לאזן רופן צו זיך די זקנים פון דער קהלה; און זאלן זיי תפילה טאן איבער אים, זאלבנדיק אים מיט אייל אין דעם נאמען פון דעם האר; 15 און די תפילה פון אמונה וועט ראטעווען דעם חולה, און דער האר וועט אים אויפשטעלן; און אויב ער האט געהאט געטאן א זינד, וועט עס אים פארגעבן ווערן. 16 זייט זיך דעריבער מתוודה אייערע זינד איינער צום אנדערן, און טוט תפילה איינער פארן אנדערן, כדי איר זאלט געהיילט ווערן. די תפילה פון א צדיק האט א גרויסן כוח און פועלט זייער פיל. 17 אליהו (הנביא) איז געווען א מענטש גלייך צו אונדז, און האט מתפלל געווען א תפילה, אז עס זאל נישט רעגענען; און עס האט נישט גערעגנט אויף דער ערד דריי יאר און זעקס חדשים לאנג. 18 און ער האט ווידער תפילה געטאן; און דער הימל האט געגעבן רעגן, און די ערד האט ארויסגעשפראצט איר פרוכט. (מלכים א יז, א; יח, א.)