קאפיטל פינף
‏1 און וואס שייך די צייטן און זמנים, ברידער, דארפט איר נישט, אז מען זאל שרייבן צו אייך. ‏2 ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט. ‏3 בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען. ‏4 איר אבער זענט נישט אין דער פינסטערניש, אז דער טאג זאל אייך איבערראשן ווי א גנב; ‏5 ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך; ‏6 דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער. ‏7 ווארום די, וואס שלאפן, שלאפן ביינאכט; און די, וואס שכורן זיך אָן, שכורן זיך אָן ביינאכט. ‏8 נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפנונג פון ישועה. ‏9 ווייל ה׳ האט אונדז נישט באשטימט צו גרימצארן, נאר צום דערווערבן רעטונג דורך דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע* המשיח, ‏10 וועלכער איז געשטארבן פאר אונדזערטוועגן, כדי סאי צי מיר וואכן סאי צי מיר שלאפן, זאלן מיר לעבן צוזאמען מיט אים. ‏11 טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.
‏12 מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר, ‏13 און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך. ‏14 און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען. ‏15 זעט, אז קיינער זאל נישט אפצאלן קיינעמען שלעכטס פאר שלעכטס; נאר תמיד זאלט איר נאכיאגן דאס גוטע איינער פאר דעם אנדערן און פאר אלעמען. ‏16 פריידט זיך תמיד; ‏17 טוט תפילה אָן אויפהער; ‏18 זייט דאנקבאר פאר אלעם; ווארום דאס איז ה׳ס רצון אינם משיח יהושע/ישוע* פאר אייערטוועגן. ‏19 לעשט נישט דעם גייסט; ‏20 פאראכט נישט נבואות (זאגן); ‏21 פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע; ‏22 דערווייטערט זיך פון בייז אין יעדער געשטאלט.
‏23 און דער ג‑ט פון שלום אליין זאל אייך הייליקן דורך און דורך; און זאל אייער גאנצער גייסט און נפש און גוף אפגעהיטן ווערן אָן א מום ביי דעם ווידערקומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח. ‏24 באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן.
‏25 ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז.
‏26 גיט אפ שלום אלע ברידער מיט א הייליקן קוש. ‏27 איך באשווער אייך ביי דעם האר, אז דער בריוו זאל איבערגעלייענט ווערן פאר אלע ברידער.
‏28 דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח זאל זיין מיט אייך.