קאפיטל זעכצן
‏1 און וואס שייך דער געלטזאמלונג פאר די קדושים (אין ירושלים), ווי איך האב באפוילן די קהלות פון גאלאטיען, פונקט אזוי זאלט איר אויך טאן. ‏2 יעדן ערשטן טאג פון דער *וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען. ‏3 און ווען איך וועל אנקומען, וועל איך שיקן מיט בריוו די דאזיקע, וועלכע איר וועט האלטן פאר ראוי אוועקצוטראגן אייער נדבה קיין ירושלים; ‏4 און אויב עס וועט זיין ווערט די מי, אז איך זאל אויך פארן, וועלן זיי פארן מיט מיר. ‏5 און איך וועל קומען צו אייך, ווען איך וועל האבן אדורכגעגאנגען מאצעדאניען; ווארום איך גיי איבער מאצעדאניען; ‏6 ביי אייך אבער וועל איך אפשר איבערבלייבן, אדער אפילו איבערווינטערן, כדי איר זאלט מיך ארויסבאגלייטן, וואו איך זאל נאר רייזן. ‏7 ווארום איך וויל אייך איצט נישט זען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פארהאף צו בלייבן ביי אייך א געוויסע צייט, אם ירצה ה׳. ‏8 אין עפעזוס אבער וועל איך בלייבן ביז *שבועות; ‏9 ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער.
‏10 ווען אבער טימאטעוס וועט קומען, זאלט איר זען, אז ער זאל זיין ביי אייך אָן מורא; ווייל ער טוט דעם הארס ווערק, ווי איך אליין; ‏11 דעריבער זאל אים קיינער נישט מבזה זיין. נאר איר זאלט אים אוועקשיקן בשלום, כדי ער זאל קומען צו מיר; ווארום איך ווארט אויף אים מיט די ברידער. ‏12 און וואס שייך דעם ברודער אפאלאס, האב איך אים זייער פיל געבעטן צו קומען צו אייך מיט די ברידער; און ער האט בכלל איצט נישט געוואלט קומען; נאר ער וועט קומען, ווען ער וועט האבן א געלעגנהייטלעכע צייט.
‏13 וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך. ‏14 זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע.
‏15 און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים, ‏16 אז איר אויך זאלט זיך אונטערטעניקן צו אזעלכע, און צו יעדן, וואס ארבעט מיט און באמיט זיך. ‏17 און איך *פריי מיך אויף דעם אנקומען פון סטעפאנאסן און פארטונאטוסן און אכאיקוסן, ווייל וואס עס פעלט מיר פון אייער צד, האבן זיי ממלא געווען. ‏18 ווארום זיי האבן דערפרישט מיין *גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע.
‏19 די קהלות פון (קליין) אזיען געבן אייך אפ שלום. אקווילא און פריסקא, צוזאמען מיט דער קהלה אין זייער הויז, געבן אייך אפ שלום זייער פיל אין דעם האר. ‏20 אלע ברידער געבן אייך אפ שלום. גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט דעם הייליקן קוש. ‏21 דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט. ‏22 אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.a ‏23 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע* זיין מיט אייך. ‏24 מיין ליבע איז מיט אייך אלעמען אינם משיח יהושע/ישוע*. אמן.