קאפיטל דרייצן
1 אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל. 2 און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט. 3 און ווען איך טייל אויס מיין גאנץ פארמעגן צו שפייזן די הונגעריקע, און ווען איך גיב איבער מיין גוף צום פארברענען, האב אבער נישט קיין ליבע, העלפט עס מיר גארנישט. 4 די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; 5 פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. 6 פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; 7 זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער. 8 די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן. 9 ווארום מיר דערקענען טיילווייז, און אונדזער נבואות זאגן איז טיילווייז; 10 ווען אבער דאס שלמותדיקע וועט קומען, וועט דאס טיילווייזע בטל ווערן. 11 ווען איך בין געווען א קינד, האב איך גערעדט ווי א קינד, האב פארשטאנען ווי א קינד, האב געטראכט ווי א קינד; ווען אבער איך בין געווארן א מאן, האב איך אוועקגעלייגט די קינדישע זאכן. 12 ווארום איצט זען מיר אין א שפיגל, און אין רעטענישן; דעמאלט אבער פנים אל פנים; איצט דערקען איך טיילווייז, דעמאלט אבער וועל איך דערקענען, פונקט אזוי ווי איך בין אויך דערקענט. 13 און איצט בלייבט אמונה, האפנונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.