קאפיטל פערצן
‏1 דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען. ‏2 איינער גלויבט, אז ער מעג אלץ עסן, דער שוואכער אבער עסט בלויז גרינצייג. ‏3 דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען. ‏4 ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן. ‏5 איינער מאכט א חילוק צווישן איין טאג און אן אנדערן, און אן אנדערער האלט אלע טעג פאר גלייך; זאל יעדער זיין גאנץ זיכער ביי זיך אין דער מחשבה. ‏6 דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר. ‏7 ווארום קיינער פון אונדז לעבט נישט פאר זיך אליין, און קיינער שטארבט נישט פאר זיך אליין. ‏8 ווארום ווען מיר לעבן, לעבן מיר צום האר, און ווען מיר שטארבן, שטארבן מיר צום האר; דעריבער, צי מיר לעבן צי מיר שטארבן, זענען מיר דעם הארס. ‏9 ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק איז משיח געשטארבן און לעבעדיק געווארן, כדי ער זאל זיין האר איבער טויטע און לעבעדיקע. ‏10 אבער דו, פארוואס משפטסטו דיין ברודער? אדער דו, פארוואס ביסטו מבזה דיין ברודער? ווארום מיר אלע וועלן שטיין פאר ה׳ס כסא המשפט. ‏11 ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג‑ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג‑ט. (ישעיהו מה, כג.) ‏12 אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין. ‏13 טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער. ‏14 איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע*, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא. ‏15 ווארום אויב דיין ברודער ווערט מצער דורך א מאכל, (וואס דו עסט), גייסטו מער נישט לויט דער ליבע. זאל יענער, פאר וועמען משיח איז געשטארבן, נישט פארלוירן ווערן דורך דיין שפייז! ‏16 זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג; ‏17 ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש. ‏18 ווארום דער, וואס דינט דעם משיח אינם דאזיקן, איז וואוילגעפעלן צו ה׳ און איז באוויליקט ביי מענטשן. ‏19 לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן. ‏20 צעשטערט נישט ה׳ס זאך צוליב א מאכל. אלץ איז טהור; נאר עס איז שלעכט פאר דעם מענטשן, וואס ווען ער עסט עס, ווערט ער א מכשול (פאר אן אנדערן). ‏21 עס איז גוט נישט צו עסן קיין פלייש, און נישט צו טרינקען קיין וויין, און נישט צו טאן דאס, דורך וועלכן דיין ברודער שטרויכלט. ‏22 די אמונה, וואס דו האסט, האב דיר פאר ה׳. וואויל איז דעם, וואס פארמשפט זיך נישט אליין דערמיט, וואס ער דערלויבט זיך. ‏23 דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא.