קאפיטל פיר
‏1 ווען דעריבער דער האר האט זיך דערוואוסט, אז די פרושים האבן געהערט, אז יהושע/ישוע* מאכט און איז טובל אין דער מקווה מער תלמידים ווי יוחנן— ‏2 הגם יהושע/ישוע* אליין האט נישט געטובלט אין דער מקווה, נאר זיינע תלמידים— ‏3 האט ער פארלאזט דאס לאנד יהודה, און איז ווידער אוועק קיין גליל. ‏4 און האט געמוזט אדורכגיין דורך שומרון. ‏5 און אזוי קומט ער אין א שטאט פון שומרון, וועלכע מען רופט סוכר, נאנט ביי דעם פעלד, וואס יעקב האט געגעבן צו זיין זון יוסף; ‏6 און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע* זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה. ‏7 קומט א פרוי פון שומרון שעפן וואסער; זאגט יהושע/ישוע* צו איר: גיב מיר צו טרינקען. ‏8 ווארום די תלמידים זיינע זענען אוועקגעגאנגען אין שטאט אריין, כדי איינצוקויפן שפייז. ‏9 זאגט דעריבער צו אים די שומרונישע פרוי: וויאזוי בעטסטו, א ייד, צו טרינקען פון מיר, וואס איך בין א שומרונישע פרוי? ווארום יידן האבן נישט קיין מגע משא מיט שומרונים. ‏10 האט יהושע/ישוע* געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער. ‏11 זאגט די פרוי צו אים: האר, דו האסט נישט מיט וואס אנצושעפן, און דער ברונעם איז טיף; פונוואנען זשע האסטו דאס לעבעדיקע וואסער? ‏12 צי ביסטו דען גרעסער ווי אונדזער פאטער יעקב, וועלכער האט אונדז געגעבן דעם ברונעם, און אליין פון אים געטרונקען, און זיינע זין און זיינע סטאדעס? ‏13 האט יהושע/ישוע* געענטפערט און געזאגט צו איר: יעדער איינער, וואס טרינקט פון דעם דאזיקן וואסער, וועט ווידער דארשטיק ווערן; ‏14 ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן. ‏15 זאגט די פרוי צו אים: האר, גיב מיר דאס דאזיקע וואסער, כדי איך זאל נישט דורשטן, און נישט דארפן אהערקומען אנצושעפן. ‏16 זאגט יהושע/ישוע* צו איר: גיי רוף דיין מאן, און קום אהער. ‏17 האט די פרוי געענטפערט און געזאגט: איך האב נישט קיין מאן. זאגט יהושע/ישוע* צו איר: דו האסט ריכטיק געזאגט: איך האב נישט קיין מאן; ‏18 ווארום דו האסט שוין געהאט פינף מענער, און ער, וועמען דו האסט איצט, איז נישט דיין מאן; דאס דאזיקע האסטו אמת געזאגט. ‏19 זאגט די פרוי צו אים: האר, איך זע, אז דו ביסט א נביא. ‏20 אונדזערע אבות האבן זיך געבוקט (צו ה׳) אויף דעם דאזיקן בארג; און איר זאגט, אז אין ירושלים איז דאס ארט, וואו מען דארף זיך בוקן (צו ה׳). ‏21 זאגט יהושע/ישוע* צו איר: גלויב מיר, אשה, אז עס קומט א שעה, ווען נישט אויף דעם דאזיקן בארג, נישט אין ירושלים וועט איר זיך בוקן צום פאטער. ‏22 איר בוקט זיך צו וואס איר ווייסט נישט, מיר ווייסן יא צו וועמען מיר בוקן זיך; ווייל די ישועה איז פון די יידן. ‏23 נאר עס קומט א שעה, און איז שוין איצט, ווען די ווארהאפטיקע דינער פון ה׳, וועלן זיך בוקן צום פאטער אין גייסט און אין דער ווארהייט; ווארום דער פאטער זוכט אזעלכע, וואס זאלן זיך בוקן צו אים. ‏24 ה׳ איז א גייסט, און די, וואס בוקן זיך צו אים, מוזן זיך בוקן אין גייסט און אין דער ווארהייט. ‏25 זאגט צו אים די פרוי: איך ווייס, אז דער משיח קומט, (וואס הייסט געזאלבטער) ווען ער וועט קומען, וועט ער אונדז אלץ זאגן. ‏26 זאגט צו איר יהושע/ישוע*: איך בין עס, וואס רעדט מיט דיר.
‏27 און ביי דעם דאזיקן זענען זיינע תלמידים אנגעקומען, און האבן זיך געוואונדערט, אז ער רעדט מיט א פרוי; דאך האט קיינער נישט געזאגט: וואס ווילסטו? אדער: פארוואס רעדסטו מיט איר? ‏28 און די פרוי האט איבערגעלאזט איר וואסער קרוג, און איז אוועק אין שטאט אריין, און זאגט צו די מענטשן: ‏29 קומט, זעט א מענטשן, וועלכער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן; איז דאס נישט אפשר דער משיח? ‏30 זענען זיי ארויסגעגאנגען אויס דער שטאט, און זענען געקומען צו אים. ‏31 דערווייל האבן אים די תלמידים געבעטן, אזוי צו זאגן: רבי, עס. ‏32 ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב א שפייז צו עסן, וואס איר קענט זי נישט. ‏33 האבן די תלמידים דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט אים דען עמיצער געברענגט עפעס צו עסן? ‏34 זאגט יהושע/ישוע* צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק. ‏35 צי זאגט איר דען נישט: נאך פיר חדשים, און עס קומט דער שניט? זע, איך זאג אייך: הייבט אויף אייערע אויגן און זעט די פעלדער, אז זיי זענען שוין *ווייס צום שניט. ‏36 דער שניטער באקומט א שכר, און זאמלט איין פירות צום אייביקן לעבן, כדי דער פארזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוזאמען. ‏37 ווארום אין דעם דאזיקן (פאל) איז דאס שפריכווארט אמת: איינער זייעט, אן אנדערער שניידט. ‏38 איך האב אייך געשיקט צו שניידן, וואס איר האט נישט באארבעט; אנדערע האבן געארבעט, און איר זענט אריינגעקומען אין זייער ארבעט אריין.
‏39 און פון יענער שטאט האבן א סך שומרונים געגלויבט אין אים דורך דעם ווארט פון דער פרוי, וואס האט עדות געזאגט: ער האט מיר געזאגט אלץ, וואס איך האב געטאן. ‏40 און ווי די שומרונים זענען געקומען צו אים, האבן זיי אים געבעטן צו בלייבן ביי זיי; און ער איז דארט געבליבן צוויי טעג. ‏41 און א סך מער האבן געגלויבט דורך זיין ווארט, ‏42 און האבן געזאגט צו דער פרוי: מיר גלויבן מער נישט צוליב דיין רעדן, ווארום מיר אליין האבן אים געהערט; און ווייסן, אז ער איז באמת דער משיח, דער גואל פון דער וועלט. ‏43 און אין צוויי טעג ארום איז ער פון דארטן ארויסגעגאנגען קיין גליל. ‏44 ווארום יהושע/ישוע* אליין האט עדות געזאגט, אז א נביא האט נישט קיין כבוד אין זיין אייגן היימלאנד. ‏45 ווען דעריבער ער איז געקומען קיין גליל, האבן די לייט פון גליל אים אויפגענומען, ווייל זיי האבן געזען אלץ, וואס ער האט געטאן אין ירושלים דעם יום טוב; ווארום זיי אליין זענען אויך ארויפגעגאנגען אויף יום טוב.
‏46 און ער איז ווידעראמאל געקומען קיין קנה פון גליל, וואו ער האט געמאכט פון דעם וואסער וויין. און עס איז געווען א געוויסער קעניגלעכער באאמטער, וועמעס זון איז געלעגן קראנק אין כפר‑נחום. ‏47 ווי דער דאזיקער האט געהערט, אז יהושע/ישוע* איז אנגעקומען פון יהודה קיין גליל, איז ער אוועק צו אים, און אים געבעטן, אז ער זאל אראפגיין און היילן זיין זון; ווייל ער האט געהאלטן ביים שטארבן. ‏48 און יהושע/ישוע* האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן. ‏49 זאגט דער קעניגלעכער באאמטער צו אים: האר, קום אראפ, איידער מיין קינד שטארבט. ‏50 זאגט יהושע/ישוע* צו אים: גיי, דיין זון לעבט! דער מענטש האט געגלויבט אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע* האט צו אים געזאגט, און איז געגאנגען. ‏51 און בשעת ער איז אראפגעגאנגען, האבן אים זיינע קנעכט באגעגענט, און געזאגט, אז זיין יינגל לעבט. ‏52 ער האט זיך דעריבער נאכגעפרעגט ביי זיי די שעה, אין וועלכער עס איז אים בעסער געווארן. האבן זיי אים געזאגט: נעכטן אין דער זיבעטער שעה האט דאס פיבער אים פארלאזט. ‏53 דער פאטער האט דעריבער געוואוסט, אז עס איז געווען אין יענער שעה, איז וועלכער יהושע/ישוע* האט צו אים געזאגט: דיין זון לעבט; און ער האט געגלויבט און דאס גאנצע הויז זיינס. ‏54 דאס דאזיקע איז שוין דאס צווייטע נס, וואס יהושע/ישוע* האט געטאן, ווען ער איז געקומען פון יהודה קיין גליל.