קאפיטל זיבן און צוואנציק
‏1 און צומארגנס אינדערפרי האבן אלע הויפט כהנים און זקנים פון פאלק אנגענומען א באשלוס קעגן יהושען/ישוען*, כדי אים צו טייטן; ‏2 און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.
‏3 דעמאלט אז יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געזען, דאס ער איז פארמשפט געווארן, האט ער חרטה געהאט, און אומגעקערט די דרייסיק שטיק זילבער צו די הויפט כהנים און זקנים, ‏4 אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם! ‏5 און ער האט א ווארף געטאן די זילבער שטיק אין היכל אריין, און איז אוועק! און איז געגאנגען און האט זיך אויפגעהאנגען. ‏6 און די הויפט כהנים האבן גענומען די זילבער שטיק, און געזאגט: מען טאר זיי נישט אריינלייגן אין דעם אוצר הקרבנות, ווייל עס איז בלוט געלט. ‏7 און נאך דעם ווי זיי האבן זיך באראטן, האבן זיי דערמיט געקויפט דעם טעפערס פעלד, א קבורה פאר די גרים. ‏8 דערפאר הייסט יענץ פעלד דאס בלוט פעלד ביז צום היינטיקן טאג. ‏9 דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געווארן געזאגט דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן: און זיי האבן גענומען די דרייסיק שטיק זילבער, דעם ווערט פון דעם געשעצטן, וועמען זיי האבן געשאצט, פון די קינדער ישראל; ‏10 און האבן זיי געגעבן פאר דעם טעפערס פעלד, לויט ווי דער האר האט מיר געבאטן.
‏11 און יהושע/ישוע* איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע* האט געזאגט; דו זאגסט עס! ‏12 און ווען ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די הויפט כהנים און זקנים, האט ער גארנישט געענטפערט. ‏13 דעמאלט זאגט פילאטוס צו אים: דו הערסט נישט, וואס זיי זאגן אלץ אויס קעגן דיר? ‏14 און ער האט אים נישט געענטפערט, אפילו נישט אויף איין איינציק ווארט, אזוי, אז דער גובערנאטאר האט זיך זייער געוואונדערט. ‏15 און אויף יעדן יום טוב איז דער גובערנאטאר געווען געוואוינט צו באפרייען פאר דעם פאלק איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן געוואלט. ‏16 און זיי האבן דעמאלט געהאט א גוט באקאנטן געפאנגענעם, וואס האט געהייסן בר‑אבא. ‏17 דעריבער ווען זיי האבן זיך פארזאמלט, האט פילאטוס צו זיי געזאגט: וועמען ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען, בר‑אבאן אדער יהושען/ישוען*, וואס מען רופט אים משיח? ‏18 מחמת ער האט געוואוסט, אז צוליב קנאה האבן זיי אים איבערגעגעבן. ‏19 און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים! ‏20 די הויפט כהנים אבער און די זקנים האבן איבערגערעדט די המונים מענטשן, אז זיי זאלן פארלאנגען בר‑אבאן, יהושען/ישוען* אבער צו לאזן אומברענגען. ‏21 און דער גובערנאטאר האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וועלכן פון די ביידע ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען? און זיי האבן געזאגט: בר‑אבאן! ‏22 זאגט פילאטוס צו זיי: און וואס זאל איך טאן מיט יהושען/ישוען*, וואס מען רופט אים משיח? זאגן אלע: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים! ‏23 און ער האט געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים! ‏24 און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט. ‏25 און דער גאנצער עולם האט ענטפערנדיק געזאגט; זיין בלוט אויף אונדז, און אויף אונדזערע קינדער! ‏26 דאן האט ער זיי באפרייט בר‑אבאן; יהושען/ישוען* אבער האט ער געלאזט שמייסן און אים איבערגעגעבן, אז ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים ווערן.
‏27 דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען* אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג. ‏28 און זיי האבן אים אויסגעטאן, און ארויפגעלייגט אויף אים א פורפור מאנטל. ‏29 און געפלאכטן א קרוין פון דערנער און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים געגעבן א רוט אין זיין רעכטער האנט; האבן געבויגן די קני פאר אים, און אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: שלום צו דיר, קעניג פון די יידן! ‏30 און האבן געשפיגן אויף אים, און גענומען די רוט און אים געשלאגן אויפן קאפ. ‏31 און ווען זיי האבן געהאט אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דעם מאנטל, און אים אנגעטאן זיינע אייגענע מלבושים, און האבן אים אוועקגעפירט אויפהענגען אויף דער בוים צו ווערן.
‏32 און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים. ‏33 און זענען געקומען צו אן ארט, וואס הייסט גלגלתא, דאס באטייט אן ארט פון א שארבן, ‏34 און האבן אים געגעבן צו טרינקען וויין געמישט מיט גאל; און ער האט עס טועם געווען און נישט געוואלט טרינקען. ‏35 און נאך דעם ווי זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האבן זיי זיך צעטיילט זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל, ‏36 און האבן זיך אנידערגעזעצט און אים דארט באוואכט. ‏37 און זיי האבן געזעצט איבער זיין קאפ זיין באשולדיקונג, געשריבן: דאס איז יהושע/ישוע* דער קעניג פון די יידן. ‏38 צו דער צייט ווערן מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים צוויי גזלנים, איינער פון דער רעכטער *זייט, און איינער פון דער לינקער *זייט. ‏39 און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק מיט זייערע קעפ, ‏40 און זאגנדיק; דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טאג, ראטעווע דיך אליין! אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, קום אראפ פון בוים! ‏41 דעסגלייכן האבן אויך די הויפט כהנים מיט די סופרים און זקנים אפגעשפאט פון אים, און געזאגט: ‏42 אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. ער איז דער מלך פון ישראל; זאל ער איצט אראפקומען פון בוים, און מיר וועלן גלויבן אין אים! ‏43 ער האט געהאט בטחון אויף ה׳; זאל ער אים איצט מציל זיין, אויב ער וויל אים. ער האט דאך געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער! ‏44 און דאס זעלביקע האבן אויך די גזלנים, וואס זענען אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן מיט אים, אים פארגעווארפן.
‏45 און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינסטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. ‏46 און ארום דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע* א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: אלי אלי למה שבקתני! דאס באטייט: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזט? ‏47 און ווען אייניקע פון די, וואס זענען דארט געשטאנען, האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער רופט אליהון! ‏48 און באלד איז איינער פון זיי געלאפן, און גענומען א שוואם, און זי אנגעפילט מיט עסיק, און ארויפגעטאן אויף א שטעקן, און האט אים געגעבן צו טרינקען. ‏49 די איבריקע אבער האבן געזאגט: *ווארט, לאמיר זען, צי אליהו קומט אים ראטעווען. ‏50 און יהושע/ישוע* האט נאכאמאל א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און האט אפגעגעבן זיין *גייסט. ‏51 און זע, דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען פון אויבן ביז אראפ; און די ערד האט געציטערט; און די פעלדזן האבן זיך געשפאלטן; ‏52 און די קברים האבן זיך געעפנט; און א סך לייבער פון די איינגעשלאפענע קדושים זענען אויפגעשטאנען; ‏53 און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך. ‏54 און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען*, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער! ‏55 און דארט זענען געווען א סך פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, וועלכע האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען* פון גליל, באדינענדיק אים; ‏56 צווישן זיי איז געווען מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב און יוסי, און די מוטער פון זבדיס קינדער.
‏57 און ווען עס איז געווארן אוונט, איז געקומען א רייכער מאן פון הרמתים, זיין נאמען איז געווען יוסף, וואס איז אליין אויך געווען ישועס א תלמיד. ‏58 דער דאזיקער איז געגאנגען צו פילאטוסן, און האט באגערט ישועס קערפער. דעמאלט האט פילאטוס באפוילן, אז עס זאל אים געגעבן ווערן. ‏59 און יוסף האט גענומען דעם קערפער, און אים איינגעוויקלט אין א ריין ליילעך, ‏60 און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען. ‏61 עס איז אבער דארטן געווען מרים פון מגדלה, און די אנדערע מרים, וועלכע האבן זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם קבר.
‏62 און צומארגנס, וואס איז נאך ערב שבת, האבן די הויפט כהנים און די פרושים זיך פארזאמלט ביי פילאטוסן, ‏63 און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין. ‏64 באפעל זשע, אז דאס קבר זאל געהאלטן ווערן זיכער ביז צום דריטן טאג, טאמער וועלן די תלמידים קומען און אים אוועקגנבענען, און זאגן דעם פאלק: ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דער לעצטער באטרוג וועט זיין ערגער פונם ערשטן. ‏65 האט פילאטוס צו זיי געזאגט: איר זאלט האבן א וואך! גייט און מאכט זיכער ווי איר פארשטייט. ‏66 און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.