קאפיטל צוויי און צוואנציק
1 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק ווידער צו זיי גערעדט אין משלים, אזוי צו זאגן: 2 דאס מלכות השמים איז געגליכן צו א מענטשלעכן קעניג, וואס האט געמאכט א חתונהמאלצייט פאר זיין זון, 3 און געשיקט זיינע קנעכט רופן די פארבעטענע צו דער חתונה; און זיי האבן נישט געוואלט קומען. 4 האט ער נאכאמאל געשיקט אנדערע קנעכט, אזוי צו זאגן: זאגט די פארבעטענע: זע, איך האב צוגעגרייט מיין סעודה; מיינע אקסן און געשטאפטע קעלבער זענען שוין געשאכטן, און אלץ איז פארטיק; קומט אויף דער חתונה! 5 זיי אבער האבן זיך דערפון גארנישט געמאכט, נאר זענען געגאנגען, איינער אין זיין פעלד אריין, און אן אנדערער צו זיין מסחר; 6 און די איבריקע האבן געכאפט זיינע קנעכט, זיי מיאוס באהאנדלט און געטייט. 7 און דער קעניג איז צארנדיק געווארן; און האט געשיקט זיינע חיילות, און אומגעברענגט יענע רוצחים, און זייער שטאט פארברענט. 8 דאן זאגט ער צו זיינע קנעכט: די חתונה איז גרייט, די פארבעטענע אבער זענען עס נישט ווערט געווען. 9 גייט זשע אהין אויף די גאסן, וואו די וועגן שיידן זיך, און וויפל איר וועט געפינען, זאלט איר פארבעטן אויף דער חתונה. 10 און יענע קנעכט זענען ארויסגעגאנגען אויף די גאסן, און האבן איינגעזאמלט אלע, וועמען זיי האבן געפונען, סיי שלעכטע סיי גוטע, און דער חתונה זאל איז פול געווארן מיט געסט. 11 נאר ווען דער קעניג איז אריינגעקומען געזען די געסט, האט ער דערזען דארטן א מענטשן, וואס איז נישט געווען אנגעטאן אין א חתונה מלבוש; 12 און ער זאגט צו אים: פריינד, וויאזוי ביסטו אריינגעקומען אהער, נישט האבנדיק קיין חתונה מלבוש? און ער איז געבליבן שטום. 13 דעמאלט האט דער קעניג געזאגט צו די באדינער: בינדט אים הענט און פיס, און ווארפט אים ארויס אין דער אויסערסטער פינסטערניש! דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין. 14 מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.
15 דעמאלט זענען די פרושים געגאנגען, און האבן זיך געהאלטן אן עצה, ווי אזוי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט. 16 און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן. 17 זאג זשע אונדז, וואס מיינסטו: מעג מען געבן דעם קיסר מס, אדער נישט? 18 יהושע/ישוע* האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס? 19 ווייזט מיר די מטבע פון מס! און זיי האבן אים געברענגט א דינר. 20 און ער זאגט צו זיי: וועמעס איז דאס בילד און די אויפשריפט? 21 זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳! 22 און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געוואונדערט, האבן אים פארלאזט, און זענען אוועקגעגאנגען.
23 אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט, 24 אזוי צו זאגן: רבי, משה האט געזאגט: ווען עמיצער וועט שטארבן, נישט האבנדיק קיין קינדער, זאל זיין ברודער מיבם‑זיין זיין ווייב, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. 25 און ביי אונדז זענען געווען זיבן ברידער. און דער ערשטער האט חתונה געהאט און איז געשטארבן, און ווייל ער האט נישט געהאט קיין זאמען, האט ער איבערגעלאזט זיין ווייב צו זיין ברודער. 26 דעסגלייכן אויך דער אנדערער און דער דריטער, ביז צום זיבעטן. 27 צולעצט, נאך אלע, איז די פרוי געשטארבן. 28 דעריבער, ביי תחית המתים, וועמעס ווייב פון די זיבן וועט זי זיין? מחמת אלע האבן זי דאך געהאט. 29 יהושע/ישוע* אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳. 30 מחמת ביי תחית המתים נישט מען האט חתונה, נישט מען מאכט חתונה, נאר מען איז ווי מלאכים אין הימל. 31 און וואס שייך תחית המתים, האט איר דען נישט געלייענט, וואס עס איז געזאגט געווארן צו אייך פון ה׳, אזוי צו זאגן: 32 איך בין דער ג‑ט פון אברהם, און דער ג‑ט פון יצחק, און דער ג‑ט פון יעקב? ער איז נישט דער ג‑ט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע. 33 און ווי די המונים מענטשן האבן דאס געהערט, האבן זיי געשטוינט איבער זיין תורה.
34 און ווען די פרושים האבן געהערט, אז ער האט די צדוקים פארשטאפט דאס מויל, האבן זיי זיך פארזאמלט; 35 און איינער פון זיי, א תלמיד חכם, האט אים אויסגעפרואווט און געפרעגט: 36 רבי, וועלכע מצווה איז די גרעסטע אין דער תורה? 37 און ער האט צו אים געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר דיין ג‑ט פון דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. (דברים ו, ה.) 38 דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה. 39 אן אנדערע, וואס איז גלייך צו דער, איז: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, ווי דיך אליין. (ויקרא יט, יה.) 40 אויף די דאזיקע צוויי מצוות הענגט די גאנצע תורה, און די נביאים.
41 און בשעת די פרושים האבן זיך פארזאמלט, האט יהושע/ישוע* זיי געשטעלט א קשיא, 42 אזוי צו זאגן: וואס דענקט איר וועגן דעם משיח? וועמעס זון איז ער? זאגן זיי צו אים דודס. 43 זאגט ער צו זיי: ווי אזוי זשע רופט אים דוד דורך דעם רוח (הקודש) האר, ווען ער זאגט:
44 דער האר האט געזאגט צו מיין האר:
זעץ דיך אויף מיין רעכטער *זייט,
ביז איך וועל לייגן דיינע פיינט
ווי א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס?
(תהלים קי, א.)