קאפיטל צוואנציק
‏1 ווייל דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, א בעל הבית, וואס איז ארויסגעגאנגען זייער פרי צו דינגען ארבעטער פאר זיין וויינגארטן. ‏2 און נאך דעם ווי ער האט מסכים געווען מיט די ארבעטער פאר א דינר דעם טאג, האט ער זיי געשיקט אין זיין וויינגארטן אריין. ‏3 און ער איז ארויסגעגאנגען ארום דער דריטער שעה, און האט געזען אנדערע שטיין אויפן מארק ליידיק; ‏4 און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן! ‏5 און זיי זענען געגאנגען און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען ארום דער זעקסטער און ניינטער שעה, און האט דאס זעלביקע געטאן. ‏6 און ארום דער עלפטער שעה איז ער ארויסגעגאנגען, און האט געפונען אנדערע שטיין און זאגט צו זיי: וואס שטייט איר דא ליידיק דעם גאנצן טאג? ‏7 זאגן זיי צו אים: ווייל קיינער האט אונדז נישט געדונגען: זאגט ער צו זיי: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין. ‏8 און ווען עס איז געווארן אוונט, זאגט דער האר פון דעם וויינגארטן צו זיין אפוטרופוס: רוף די ארבעטער, און צאל אויס דעם לוין, אנהויבנדיק פון די לעצטע ביז צו די ערשטע. ‏9 און עס זענען געקומען די, וואס זענען געדונגען געווארן ארום דער עלפטער שעה, און האבן באקומען יעדער איין דינר. ‏10 און ווען די ערשטע זענען געקומען, האבן זיי געמיינט, אז זיי וועלן באקומען מער; און זיי אליין האבן אויך באקומען יעדער איין דינר. ‏11 און ווען זיי האבן עס גענומען, האבן זיי געמורמלט אויף דעם בעל הבית, ‏12 אזוי צו זאגן: די דאזיקע לעצטע האבן געארבעט נאר איין שעה, און דו האסט זיי גלייך געשטעלט מיט אונדז, וואס האבן דערטראגן די לאסט און היץ פון דעם טאג. ‏13 ער אבער האט ענטפערנדיק צו איינעם פון זיי געזאגט: מיין פריינד, איך טו דיר נישט קיין עוולה. האסטו דען נישט איינגעשטימט מיט מיר פאר איין דינר? ‏14 נעם דאס דייניקע, און גיי; איך וויל אבער געבן דעם דאזיקן לעצטן אזויפיל וויפל דיר. ‏15 טאר איך דען נישט טאן מיט מיין אייגנס, וואס איך וויל? אדער איז דיין אויג שלעכט, ווייל איך בין גוט? ‏16 אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע.
‏17 און ווען יהושע/ישוע* האט געהאלטן ביים ארויפגיין קיין ירושלים, האט ער גענומען די צוועלף אליין אויף א זייט, און אויפן וועג צו זיי געזאגט: ‏18 זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים; און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, ‏19 און אים איבערגעבן צו די גויים צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.
‏20 דעמאלט איז צוגעקומען צו אים די מוטער פון זבדיס קינדער מיט אירע זין, האט זיך געבוקט, און עפעס פארלאנגט פון אים. ‏21 און ער האט צו איר געזאגט: וואס באגערסטו? זאגט זי צו אים: זאג, אז די דאזיקע ביידע זין מיינע זאלן זיצן איינער אויף דיין רעכטער *זייט, און איינער אויף דיין לינקער *זייט אין דיין מלכות. ‏22 יהושע/ישוע* האט אבער ענטפערנדיק געזאגט: איר ווייסט נישט, וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם כוס, וואס איך גיי טרינקען? זאגן זיי צו אים: מיר קענען! ‏23 זאגט ער צו זיי: מיין כוס וועט איר טאקע טרינקען; נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער *זייט, און אויף מיין לינקער *זייט, איז נישט מיין זאך צו געבן; עס איז נאר פאר די, פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן פון מיין פאטער. ‏24 און ווען די צען האבן דאס געהערט, זענען זיי געווארן אין כעס אויף די צוויי ברידער. ‏25 און יהושע/ישוע* האט זיי צוגערופן, און געזאגט: איר ווייסט, אז די שרים פון די גויים הערשן איבער זיי, און די גרויסע לייט טאן איבער זיי געוועלטיקן. ‏26 אזוי זאל עס נישט זיין צווישן אייך, נאר ווער צווישן אייך עס וועט וועלן זיין גרויס, דער זאל זיין אייער משרת; ‏27 און ווער עס וויל צווישן אייך זיין א ראש, דער זאל זיין אייער קנעכט. ‏28 גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.
‏29 און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פון יריחו, האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון מענטשן. ‏30 און זע, צוויי בלינדע זענען געזעסן ביים וועג; ווי זיי האבן געהערט, אז יהושע/ישוע* גייט פארביי, האבן זיי א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! ‏31 דער המון אבער האט געשריגן אויף זיי, אז זיי זאלן שווייגן. און זיי האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף אונדז! ‏32 און יהושע/ישוע* האט זיך אפגעשטעלט, און זיי גערופן, און געזאגט: וואס ווילט איר, אז איך זאל טאן פאר אייך? ‏33 זאגן זיי צו אים: אז אונדזערע אויגן זאלן געעפנט ווערן! ‏34 און יהושע/ישוע* האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.