קאפיטל פיפצן
‏1 דעמאלט קומען צו יהושען/ישוען* פרושים און סופרים פון ירושלים, אזוי צו זאגן: ‏2 פארוואס זענען דיינע תלמידים עובר אויף דער מסורה פון די זקנים? מחמת זיי וואשן זיך נישט די הענט, ווען זיי עסן ברויט. ‏3 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אויך עובר ה׳ס געבאט צוליב אייער מסורה? ‏4 מחמת ה׳ האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! און: ווער עס פלוכט פאטער אדער מוטער, דער זאל געטייט ווערן. ‏5 און איר זאגט: ווער עס וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: דאס איז א קרבן, וואס דו וואלסט פון מיר געקענט נהנה זיין, ‏6 דער איז מער נישט מחויב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה. ‏7 איר צבועקעס! וואויל האט ישעיה אויף אייך נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
‏8 דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן;
אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר.
‏9 אומזיסט איז זייער יראה פאר מיר,
ווייל זיי לערנען ווי מצוות מענטשלעכע לערעס.
(ישעיהו כט, יג.)
‏10 און ער האט גערופן צו זיך דעם המון מענטשן, און צו זיי געזאגט: הערט, און פארשטייט! ‏11 נישט דאס, וואס גייט אריין אין מויל, מאכט דעם מענטשן טמא; נאר דאס, וואס קומט ארויס פון מויל, דאס דאזיקע מאכט טמא דעם מענטשן. ‏12 דעמאלט זענען די תלמידים געקומען, און געזאגט צו אים: ווייסט, אז די פרושים האבן געשטרויכלט הערנדיק דאס ווארט? ‏13 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: יעדע פלאנץ, וואס מיין הימלישער פאטער האט נישט געפלאנצט, וועט אויסגעווארצלט ווערן. ‏14 לאזט זיי גיין! זיי זענען בלינדע פירער פון בלינדע. און ווען א בלינדער פירט א בלינדן, וועלן ביידע אריינפאלן אין גרוב אריין. ‏15 און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: לייג אונדז אויס דאס משל! ‏16 ער אבער האט געזאגט: זענט איר אויך נאך אָן פארשטאנד? ‏17 צי זעט איר דען נישט איין, אז אלץ, וואס גייט אריין אין מויל, נידערט אראפ אין בויך, און ווערט ארויסגעווארפן אין בית הכסא אריין? ‏18 די זאכן אבער וואס קומען ארויס פון מויל קומען אויסן הארצן ארויס; און זיי מאכן דעם מענטשן טמא. ‏19 מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גניבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען. ‏20 די דאזיקע זאכן זענען עס, וואס זענען מטמא דעם מענטשן; אבער צו עסן מיט אומגעוואשענע הענט מאכט דעם מענטשן נישט טמא. ‏21 און יהושע/ישוע* איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, און איז אוועק אין די געגנטן פון צור און צידון. ‏22 און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן *גייסט! ‏23 ער אבער האט איר נישט געענטפערט קיין ווארט. און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק זי אוועק; ווייל זי שרייט אונדז נאך! ‏24 ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך בין נישט געשיקט געווארן אחוץ צו די פארלוירענע שעפעלעך פון דעם הויז ישראל. ‏25 זי איז אבער געקומען, און אנידערגעפאלן פאר אים, און געזאגט: האר, העלף מיר! ‏26 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס איז נישט שיין אוועקצונעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס צו ווארפן פאר די הינטלעך! ‏27 און זי האט געזאגט: יא, האר; מחמת אפילו די הינטלעך עסן פון די ברעקלעך, וואס פאלן אראפ פון זייערע הארנס טיש. ‏28 דעמאלט האט יהושע/ישוע* ענטפערנדיק צו איר געזאגט: אשה, דיין אמונה איז גרויס; זאל דיר געשען אזוי ווי דו ווילסט! און איר טאכטער איז געהיילט געווארן פון יענער שעה אָן.
‏29 און יהושע/ישוע* איז אוועק פון דארטן, און איז געקומען צום ים פון גליל; און איז ארויפגעגאנגען אויפן בארג, און זיך דארט אנידערגעזעצט. ‏30 און עס זענען געקומען צו אים גרויסע המונים מענטשן, וואס האבן געהאט מיט זיך לאמע, בלינדע, שטומע, קאליקעס, און א סך אנדערע; און האבן זיי אנידערגעווארפן פאר זיינע פיס, און ער האט זיי געהיילט; ‏31 אז דער המון האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז די שטומע רעדן, די קאליקעס זענען געזונט, און די לאמע גייען ארום, און די בלינדע זען; און זיי האבן אפגעגעבן א שבח צו דעם ג‑ט פון ישראל.
‏32 און יהושע/ישוע* האט צו זיך גערופן זיינע תלמידים, און געזאגט: איך בין אינערלעך גערירט איבער דעם המון מענטשן, ווייל זיי זענען שוין דריי טעג מיט מיר און האבן נישט וואס צו עסן; און איך וויל נישט זיי אוועקשיקן פאסטנדיק, טאמער וועלן זיי אויסגיין אויפן וועג. ‏33 און די תלמידים זאגן צו אים: פונוואנען זאלן מיר נעמען אין דער מדבר אזויפיל ברויט, אזש צו זעטיקן אזא מאסע מענטשן? ‏34 און יהושע/ישוע* זאגט צו זיי: וויפל לעבלעך ברויט האט איר? און זיי האבן געזאגט: זיבן, און אייניקע קליינע פישלעך. ‏35 און ער האט באפוילן דעם המון זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; ‏36 און גענומען די זיבן לעבלעך ברויט און די פיש; האט געמאכט א ברכה און זיי צובראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און די תלמידים צו די מאסן מענטשן. ‏37 און אלע האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און וואס איז איבערגעבליבן פון די ברעקלעך האט מען אויפגעהויבן, זיבן גרויסע קערב. ‏38 און די, וואס האבן געגעסן, זענען געווען פיר טויזנט מענער, אחוץ פרויען און קינדער. ‏39 און ער האט אוועקגעשיקט די המונים, און איז איינגעשטיגן אין שיפל, און געקומען צו די גרענעצן פון מגדון.