קאפיטל פינף
‏1 און איך האב געזען אויף דער רעכטער *זייט פון אים וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד א ספר, געשריבן פון אינעווייניק און פון הינטן, פארזיגלט מיט זיבן חתימות. ‏2 און האב געזען א שטארקן מלאך אויסרופן מיט א הויך קול: ווער איז ווערט אויפצומאכן דאס ספר און צו צעברעכן זיינע חתימות? ‏3 און קיינער האט נישט געקענט אין הימל, נישט אויף דער ערד, נישט אונטער דער ערד, אויפעפענען דאס ספר, נישט קוקן דערויף. ‏4 און איך האב א סך געוויינט, ווייל קיינער איז נישט געפונען געווארן ראוי אויפצומאכן דאס ספר, נישט צו קוקן דערויף; ‏5 און איינער פון די זקנים האט צו מיר געזאגט: *וויין נישט; זע, דער לייב פון דעם שבט יהודה, (בראשית מט, ט-י.) דער שורש דוד, (ישעיהו יא, א, י.) האט מנצח געווען, אויפצועפענען דאס ספר און זיינע זיבן חתימות. ‏6 און האב געזען אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און די פיר חיות, און אינמיטן פון די זקנים, א לעמעלע שטיין, ווי געשחטן, האבנדיק זיבן הערנער און זיבן אויגן, וועלכע זענען די זיבן גייסטער פון ג‑ט, געשיקט איבער דער גאנצער ערד. ‏7 און עס איז געקומען, און האט גענומען דאס ספר אויס דער רעכטער האנט פון דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד. ‏8 און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים. ‏9 און זיי האבן געזונגען א ניי ליד, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה, ‏10 און זיי געמאכט פאר א קעניגרייך צו אונדזער ג‑ט און פאר כהנים; און זיי וועלן קעניגן אויף דער ערד. ‏11 און האב געזען, און געהערט א קול פון א סך מלאכים, ארום און ארום פון דעם כסא הכבוד און פון די חיות און די זקנים; און זייער צאל איז געווען צען טויזנט מאל צען טויזנט און טויזנטער מאל טויזנט; (דניאל ז, י.) ‏12 און זיי האבן געזאגט מיט א הויך קול; ראוי איז דאס לעמעלע, דאס געשאכטענע, צו נעמען די מאכט און עשירות און חכמה און שטארקייט און ערע און כבוד און לויב! ‏13 און יעדעס באשעפעניש, וואס איז אין הימל, און אויף דער ערד, און אונטער דער ערד, און אויפן ים, און וואס איז אין זיי, אלע האב איך געהערט זאגן: צו אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און צו דעם לעמעלע, זאל זיין די לויב און די ערע און דער כבוד און די הערשאפט לעלמי עולמים! (דניאל ז, יג-יד.) ‏14 און די פיר חיות האבן געזאגט: אמן! און די זקנים זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט.