דער דריטער בריוו פון דעם שליח יוחנן
1
דער זקן צו גאיוסן דעם געליבטן, וועמען איך האב באמת ליב. ‏2 געליבטער, איך טו תפילה, אז אין אלעם זאלסטו מצליח זיין, און זיין געזונט, אזוי, ווי עס גייט גוט דיין נשמה. ‏3 ווארום איך האב מיך זייער געפריידט, ווען ברידער זענען געקומען און האבן עדות געזאגט וועגן דעם אמת אין דיר, וויאזוי דו לעבסט אין דער ווארהייט. ‏4 קיין גרעסערע פרייד האב איך נישט, ווי צו הערן, אז מיינע קינדער לעבן אין דעם אמת.
‏5 געליבטער, דו האנדלסט געטריי אין דעם, וואס דו טוסט פאר די ברידער און פאר די אורחים, ‏6 וועלכע האבן עדות געזאגט וועגן דיין ליבע פאר דער קהלה; דו וועסט טאן גוט, אויב דו וועסט זיי ווייטער שיקן ווי עס איז ראוי פאר ה׳; ‏7 ווארום פאר זיין נאמען וועגן זענען זיי ארויסגעגאנגען, נישט אננעמענדיק קיין זאך פון די גויים. ‏8 מיר זענען דעריבער מחויב אויפצונעמען אזעלכע, כדי מיר זאלן ווערן מיטארבעטער אין דעם אמת.
‏9 איך האב עפעס געשריבן צו דער קהלה; נאר דיאטרעפעס, וועלכער האט ליב צו זיין ביי זיי א ראש, נעמט אונדז נישט אָן. ‏10 דערפאר, ווען איך וועל קומען, וועל איך אים דערמאנען די מעשים, וואס ער טוט, בארעדנדיק אונדז מיט בייזע רייד; און נישט צופרידן מיט דעם, נעמט ער אליין נישט אויף די ברידער, און פארווערט יענע, וואס ווילן (עס טאן), און טרייבט זיי ארויס פון דער קהלה. ‏11 געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳. ‏12 וועגן דעמעטריוסן האבן אלע (גוט) עדות געזאגט, אפילו דער אמת אליין; און אויך מיר זאגן עדות; און דו ווייסט, אז אונדזער עדות זאגן איז ווארהאפטיק.
‏13 איך האב געהאט א סך צו שרייבן צו דיר; נאר איך וויל עס דיר נישט שרייבן מיט טינט און פעדער; ‏14 איך האף אבער דיך צו זען אין גיכן, און (דעמאלט) וועלן מיר רעדן מויל צו מויל. ‏15 שלום צו דיר. (אונדזערע) פריינד געבן דיר אפ שלום. גיב אפ שלום די פריינד יעדן ביים נאמען.