קאפיטל פינף
‏1 אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר *זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער; ‏2 אלטע פרויען, ווי מוטערס; די יונגערע, ווי שוועסטערס, אין פולער לויטערקייט. ‏3 גיב אפ כבוד צו אלמנות, וועלכע זענען ווירקלעך אלמנות. ‏4 אויב אבער א געוויסע אלמנה האט קינדער אדער אייניקלעך, זאלן זיי קודם כל לערנען צו זיין ג‑טספארכטיק אין זייער אייגן הויז און אפצוצאלן גוטס צו די עלטערן; ווארום דאס דאזיקע איז אנגענומען פאר ה׳. ‏5 די ווירקלעכע אלמנה אבער און איינזאם האט בטחון אויף ה׳, און האלט אָן מיט תחינות און תפילות ביינאכט און בייטאג. ‏6 און די, וועלכע לעבט אין תענוגים, איז לעבעדיק טויט. ‏7 דאס זאלסטו באפעלן, כדי זיי זאלן זיין אָן א פעלער. ‏8 אויב אבער עמיצער זארגט נישט פאר זיינע קרובים, און איבערהויפט פאר זיינע בני בית, האט ער פארלייקנט די אמונה, און איז ערגער פון אן אומגלויביקן. ‏9 אלס אן אלמנה זאל פאררעכנט ווערן די, וואס איז נישט ווייניקער ווי זעכציק יאר אלט, דאס ווייב פון איין מאן, ‏10 וועגן וועלכער מען זאגט עדות אויף אירע מעשים טובים, צי זי האט דערצויגן קינדער, אויפגענומען אורחים, געוואשן די פיס פון די קדושים, געהאלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאלגט כלערליי מעשים טובים. ‏11 די יונגערע אלמנות אבער זאלסטו נישט אננעמען; ווארום ווען זיי לעבן אין פארגעניגנס קעגן דעם משיח, ווילן זיי חתונה האבן; ‏12 זיי פארדינען א משפט, ווייל זיי האבן פארווארפן זייער ערשטן גלויבן. ‏13 און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט. ‏14 איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן; ‏15 ווארום אייניקע האבן זיך שוין אוועקגעקערט נאך דעם שׂטן. ‏16 אויב א גלויביקע (פרוי) האט אלמנות ביי זיך, זאל זי זיי פארזארגן, און נישט פאלן צו לאסט דער קהלה; כדי צו קענען פארזארגן די ווירקלעכע אלמנות.
‏17 די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג. ‏18 ווארום דער פסוק זאגט: אן אקס ביים דרעשן זאלסטו נישט פארבינדן דאס מויל. (דברים כה, ד.) און: דער ארבעטער איז ווערט דעם לוין זיינעם. ‏19 קעגן א זקן זאלסטו נישט אננעמען קיין אנקלאג, אחוץ אין דער קעגנווארט פון צוויי אדער דריי עדות. ‏20 די חוטאים זאלסטו שטראפן פאר אלעמען, כדי אפילו די איבריקע זאלן מורא האבן. ‏21 איך באשווער דיך פאר ה׳ און דעם משיח יהושע/ישוע* און די אויסדערוויילטע מלאכים, אז דו זאלסט אפהיטן די דאזיקע זאכן אָן פאראורטייל, און גארנישט טאן מיט פארטייאישקייט. ‏22 גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין. ‏23 טרינק נישט מער קיין וואסער, נאר געברויך א ביסל וויין צוליב דיין מאגן און די אפטע שלאפקייטן דיינע. ‏24 די חטאים פון אייניקע מענטשן זענען באשיימפערלעך קלאר, און גייען פארויס צום משפט; אנדערע מענטשן אבער פאלגן זיי נאך. ‏25 און אויך אזוי די מעשים טובים זענען באשיימפערלעך קלאר פארויס, און די, וואס זענען נישט אזוי, קענען דאך נישט פארבארגן ווערן.